|
מויניע שולמאַן |
|
דאָס זאַמלבוך “ייִדיש: שפּראַך און קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד" (אויף דער ייִדישער הילע הייסט עס “ייִדיש: שפּראַך און ליטעראַטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד") איז אַרויס אין מאָסקווע אין 2009. ס׳רובֿ מאַטעריאַלן זײַנען פֿריִער געווען פֿאָרגעשטעלט בעת אַ קאָנפֿערענץ, דורכגעפֿירט אין יאָר 2006 אין רוסלענדישן מלוכה-אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק. אַ דאַנק דעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר פֿון אַמעריקע און דעם ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט (ייִוואָ), עקזיסטירט שוין כּמעט צוויי יאָרצענדליק בײַ אָט דעם מאָסקווער אוניווערסיטעט זייער אַ געראָטענע פּראָגראַם פֿון ייִדישע לימודים.
דאָס בוך “ייִדיש: די שפּראַך און קולטור אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד" ווײַזט, אַז די דאָזיקע טעמע אינטערעסירט מערסטנס די געלערנטע פֿון רוסלאַנד, ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דער צוגאַנג קען זײַן אַ גאַנץ פֿאַרשיידנאַרטיקער: אַ היסטאָרישער, אַ ליטעראַרישער צי אַן אַנטראָפּאָלאָגישער; אַ קאָנצעפּטועלער צי אַ באַשרײַבערישער. ס׳איז וויכטיק אויך, אַז די “קאַלטע מלחמה" האָט זיך שוין פֿאַרענדיקט, אַזוי אַז די געלערנטע קענען זיך גרינג באַפֿרײַען פֿון דער אידעאָלאָגישער שוואַרץ-ווײַסקייט פֿון יענער צײַט.
דעם טאָן פֿאַר דער גאַנצער זאַמלונג גיט אָן דער אַרטיקל פֿון דעם ירושלימער פּראָפֿעסאָר מרדכי אַלטשולער. דער וועטעראַן פֿון סאָוועטיש-ייִדישער וויסנשאַפֿט אַנאַליזירט די עטאַפּן אין דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור אין דער קאָמוניסטישער מדינה. ס׳רובֿ אַרטיקלען זײַנען אויף רוסיש. אָבער דאָס בוך האָט אויך אַ ייִדישן טייל, וואָס איז כּולל די הקדמה, ווי אויך דרײַ אַרבעטן: די אַרטיקלען פֿון די ישׂראלדיקע ליטעראַטור-פֿאָרשער אַבֿרהם נאָווערשטערן און באָריס קאָטלערמאַן, און דער ביבליאָגראַפֿישער אָנווײַזער פֿון חיים ביידער.
|
שמעון סאַנדלער |
|
די רעדאַקטאָרן — לעאָניד קאַציס, מאַשע קאַספּינע און דוד-אליהו פֿישמאַן — האָבן באַשלאָסן צו ווידמענען דאָס בוך דעם אָנדענק פֿון די סאָוועטיש-ייִדישע געלערנטע און פּעדאַגאָגן מויניע שולמאַן (1911—1994), שמעון סאַנדלער (1914—2001) און חיים ביידער (1920—2003).
מויניע שולמאַן האָט געאַרבעט ווי אַ רעדאַקטאָר אין פֿאַרשיידענע סאָוועטישע אויסגאַבעס. אָבער אין דער געשיכטע פֿון סאָוועטיש-ייִדישער קולטור איז זײַן נאָמען אַרײַנגעשריבן געוואָרן, דער עיקר, אַ דאַנק דעם לעקסיקאָגראַפֿישן אויפֿטו זײַנעם: ער האָט צוגעגרייט צום דרוק דאָס “רוסיש-ייִדישע ווערטערבוך", וואָס איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1984. די געשיכטע פֿון דעם ווערטערבוך איז אַ לאַנגע און טראַגישע. זײַנע צונויפֿשטעלער און דער כּתבֿ-יד גופֿא זײַנען פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין די סטאַליניסטישע טורמעס. קיינער פֿון די ערשטע מחברים האָט ניט דערלעבט ביז 1984. מויניע שולמאַן האָט אָנגעהויבן זיך באַטייליקן אין דעם פּראָיעקט שוין סוף 1970ער יאָרן. ער פֿלעגט אָפֿט זאָגן, אַז די דאָזיקע קאָלאָסאַלע אַרבעט האָט אונטערגעריסן זײַן געזונט.
שמעון סאַנדלער איז געווען אַן אינטעלעקטואַל, וואָס האָט זיך געפֿילט אין דער היים אין עטלעכע קולטורן און שפּראַכן. ער איז אויסגעוואַקסן אין פּוילן, זיך געלערנט אין אַ פּוילישער שול און אין דער ווילנער תּרבות-גימנאַזיע. אין די 1930ער יאָרן האָט ער געוווינט אין ארץ-ישׂראל — געאַרבעט, זיך געלערנט אין העברעיִשן אוניווערסיטעט. צוליב זײַן קאָמוניסטישער טעטיקייט, האָט מען אים אַרויסגעשיקט צוריק קיין פּוילן. זינט דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט שמעון סאַנדלער געלעבט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ ער איז געוואָרן אַ געלערנטער אין געביט פֿון מעטאָדיק פֿון לערנען שפּראַכן. זײַנע שפּראַך-לימודים, געדרוקט אין “סאָוועטיש היימלאַנד", און זײַנע לערנביכער האָבן די רוסיש-רעדנדיקע לײַט געהאָלפֿן — און העלפֿן נאָך אַלץ — צו באַהערשן ייִדיש. דער לעצטער יאָרצענדליק פֿון זײַן לעבן איז געווען פֿאַרבונדן מיטן רוסלענדישן מלוכה-אוניווערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק.
חיים ביידער איז דער איינציקער פֿון די דרײַ קולטור-טוער, וועמעס אַרבעט איז דירעקט פֿאָרגעשטעלט אין דעם נײַעם באַנד. דאָס איז די פֿולע ביבליאָגראַפֿישע רשימה פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿאַר די יאָרן 1961—1993. חיים ביידער איז געווען אַ דיכטער, אַ זשורנאַליסט, אַ רעדאַקטאָר. אָבער עס האָט אים אויך תּמיד געצויגן צו פֿאָרשערישער טעטיקייט. אַ זעלטענער האָרעפּאַשניק, פֿלעגט ער אונטערנעמען פּראָיעקטן, וואָס ווערן רעאַליזירט, בדרך-כּלל, דורך גאַנצע אינסטיטוטן. סוף 2009 צי אָנהייב 2010 דאַרף אין ניו-יאָרק אַרויסגיין זײַן ביאָגראַפֿישער לעקסיקאָן פֿון סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער. די אויסגאַבע ווערט צוגעגרייט אויפֿן סמך פֿונעם כּתבֿ-יד, וואָס דער מחבר האָט ניט באַוויזן צוצוגרייטן צו דער פּובליקאַציע.
|
חיים ביידער |
|
סלאַווישע טעאָריעס פֿון ייִדיש
דאָס איז שוין אַן אַלטע מעשׂה, דהײַנו: אַז אַשכּנזישע ייִדן זײַנען, אין תּוך גענומען, מער סלאַוון, איידער “ריכטיקע ייִדן", און אַז אין דעם יסוד פֿון ייִדיש ליגט סלאַוויש. די דאָזיקע טעאָריע איז אַסאָציִיִרט, דער עיקר, מיטן ישׂראלדיקן לינגוויסט פּאָל וועקסלער. עס האָט אויך צו טאָן מיט אייניקע ווייניק-איבערצײַגנדיקע אויספֿירן פֿון מאַקס ווײַנרײַכן, וועמעס געשיכטע פֿון ייִדיש איז געוואָרן אַ מין קאַנאָן. צוריק גערעדט, האָט יעדער היסטאָריקער פֿון ייִדיש אַ באַגרענעצטן קאָרפּוס פֿאַרלאָזלעכער אינפֿאָרמאַציע, אַזוי אַז השערות שפּילן אַ גרויסע ראָלע אין זייער אַרבעט. און נאָך איין זאַך: אַזעלכע טעמעס ציִען צו אַ היפּש ביסל דילעטאַנטן.
אַ נײַ גערעטעניש האָט לעצטנס געגעבן דאָס פֿעלד, פֿאַרזייט דורך פּאָל וועקסלער. דער תּל-אָבֿיבֿער היסטאָריקער שלמה זאַנד איז, אַ פּנים, מיד געוואָרן פֿון באַשעפֿטיקן זיך מיט פֿראַנצויזישער געשיכטע. האָט ער אָנגעשריבן אַ בוך, וואָס הייסט “ווען און ווי אַזוי האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק זיך אויסגעטראַכט?". דאָס בוך איז שוין אַרויס אויף העברעיִש און פֿראַנצויזיש. וועקסלערס טעאָריע “העלפֿט" זאַנדן צו טענהן, אַז ייִדן שטעלן מיט זיך פֿאָר ניט קיין קינדסקינדער פֿון די אוראַלטע ייִדן, נאָר אַ געמיש פֿון כּלערליי עטנישע גרופּעס, וועלכע האָבן אָנגענומען די ייִדישע אמונה.
עפּעס אַזוינס טענהט אויך דער רוסיש-שפּראַכיקער זשורנאַליסט מיכאל דאָרפֿמאַן. ער האָט אַ צײַט געוווינט אין ישׂראל, אָבער לעצטנס הערט מען זײַן קול פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין מאָסקווע איז אַרויס זײַן נײַ בוך, וואָס הייסט “ייִדן און לעבן. ווי אַזוי ייִדן זײַנען אויפֿגעקומען פֿון סלאַוון". אַרום דער דאָזיקער פֿראַגע פֿירט זיך אַ הייסע דיסקוסיע אין די רוסישע אינטערנעץ-קיבערצאַרניעס. דאָס איז אַ סיכסוך פֿון מענטשן, וואָס האָבן זייער ווייניק וויסן וועגן דעם ענין, אַזוי אַז קיינער קען ניט געווינען. אָבער פֿאַר ייִדיש איז עס, אפֿשר, ניט שלעכט: פֿון דער גאַנצער פּלאַפּלערײַ קען זיך עמעצער פֿאַראינטערעסירן מיט דער שפּראַך און קולטור.