דער איצטיקער נומער פֿון “ווײַטער" לייגט אײַך פֿאָר זיך צו באַקענען מיט דער ייִדיש־טעטיקייט, פֿאַרבונדן מיט אַ באַזונדער שטאָט. פֿון אָנהייב יאָר 2009 האָבן מיר דערציילט אונדזערע לייענער וועגן ייִדיש אין ווילנע (יאַנואַר), קיִעוו (פֿעברואַר), ניו־יאָרק (מאַרץ), און פֿונעם אַפּריל־נומער וועט איר זיך דערוויסן וועגן דער ראָלע פֿון מאָסקווע אינעם גורל פֿון ייִדיש, באַזונדערס אין דער אַזוי גערופֿענער תּקופֿה פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד", דער איינציקער זשורנאַל אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, וואָס פֿלעגט דערשײַן חודשלעך במשך פֿון 30 יאָר. דער דאָזיקער אויסגאַבע, בראָש מיטן הויפּט־רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס (לייענט ז׳ 3), האָט זיך אײַנגעגעבן ניט בלויז צונויפֿצונעמען אונטער אירע טאָוולען די בעסטע שרײַבערישע און ייִדיש־קולטורעלע כּוחות פֿון יענער צײַט, צעוואָרפֿן איבערן גאַנצן לאַנד, נאָר אויך זיי מונטערן צו שאַפֿן ווײַטער אין ייִדיש. נאָך דעם פֿיזישן און מאָראַלישן קלאַפּ, וואָס די ייִדישע סאָוועטישע קולטור בכלל, און אירע טוער בפֿרט, האָבן געליטן, איז גאָר נישט גרינג געווען זיך שטעלן אויף די פֿיס און זיך ווידער נעמען צו דער שאַפֿערישער אַרבעט.
דער זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד" און זײַנע מיטאַרבעטער האָבן זיך פֿאַרפֿליכטעט ניט נאָר אַרויסצולאָזן אַ ליטעראַרישן זשורנאַל; צווישן די צענדליקער רובריקן, וואָס פֿלעגן דערציילן וועגן ייִדישער קונסט, היסטאָריע, פֿאָלקלאָר, וויסנשאַפֿט, וכּדומה, האָט אַ וויכטיק אָרט פֿאַרנומען דער לימוד פֿון לערנען ייִדיש. קיין שום אַנדערער מקור אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד איז ניט געווען, וווּ מע וואָלט זיך געקענט לערנען לייענען און שרײַבן ייִדיש.
אויף די שפּאַלטן פֿונעם זשורנאַל, אונטער דער רובריק “שמועסן וועגן ייִדיש", זינט דעם יאָר 1969 הייבן אָן רעגולער זיך דרוקן די ייִדיש־לעקציעס פֿון משה שפּיראָ, וואָס גייען אָן ביזן יאָר 1973; פֿון יאָר 1974 ביזן יאָר 1978 פֿירט די רובריק דער באַקאַנטער ייִדישער לינגוויסט אלי פֿאַלקאָוויטש; און פֿון 1979 ביזן יאָר 1985 ווערן געדרוקט די ייִדיש־לימודים אונטער דער רובריק “פֿאַר די וואָס לערנען ייִדיש" פֿון שמעון סאַנדלער. שפּעטער, ווען בײַם זשורנאַל האָט אָנגעהויבן דערשײַנען אַ חודשלעכע בײַלאַגע, זײַנען סאַנדלערס ייִדיש־לימודים אַרויס אין פֿיר באַזונדערע בראָשורן (1980, 1982, 1983, 1985). נישט ווייניק מענטשן האָבן זיך אויסגעלערנט ייִדיש און געוואָרן שטענדיקע לייענער פֿונעם זשורנאַל, אַ דאַנק די לעקציעס פֿון די דרײַ פּרעכטיקע ייִדיש־לערער.
אין די סוף 1970ער, אָנהייב 1980ער יאָרן, גרייט אַ גרופּע ייִדישע לערער־מעטאָדיסטן צו דעם לערנבוך “אַלעפֿבייס" (אַלף־בית), וואָס דערזעט די ליכטיקע שײַן אין 1982. די גרופּע מחברים זײַנען (לויטן אַלף־בית): חיים ביידער, שימעון סאַנדלער, נחום קראַוויעץ און העשל ראַבינקאָוו. ווי עס ווערט אָנגעוויזן אינעם טיטל פֿון דעם “אַלעפֿבייס" איז ער “באַשטעטיקט געוואָרן פֿונעם אָפּטייל פֿון פֿאָלקס־בילדונג פֿון דער ייִדישער אַווטאָנאָמער געגנט אַלס לערנבוך". ווי אַלע אַנדערע אויסגאַבעס פֿון אַזאַ מין, איז אויך דער ייִדישער לערנבוך געווען פֿאַרטראַכט פֿאַר קינדער, וואָס ייִדיש איז זייער מאַמע־לשון. דעריבער איז אינעם “אַלעפֿבייס" נישטאָ קיין איין דערקלערונג אויף אַן אַנדער שפּראַך — רק ייִדיש! קיין קינדער, וואָס זייער טאָג־טעגלעכע שפּראַך זאָל זײַן ייִדיש, איז אין יענע יאָרן שווער געווען צו געפֿינען אויפֿן גאַנצן שטח פֿונעם ריזיקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, שוין אָפּגערעדט וועגן דער אָנגעבלאָזענער “ייִדישער אַווטאָנאָמער געגנט", ביראָבידזשאַן. דעריבער איז דער “אַלעפֿבייס", אַגבֿ אַרויסגעלאָזט אין מאָסקווע, אין 5,000 קאָפּיעס, צעכאַפּט געוואָרן מער ווי אַ סוּוועניר, איידער אַ לערנבוך פֿאַר קינדער.
פֿונדעסטוועגן, האָבן די מחברים פֿון דעם לערנבוך אַרײַנגעלייגט אַ סך מי און טאַלאַנט, אַרויסצולאָזן אַן עכט לערנבוך, קלוג און פּראַקטיש צונויפֿגעשטעלט. פֿון אַזאַ “אַלעפֿבייס" וואָלטן געקאָנט זיך אויסלערנען סײַ לייענען און סײַ שרײַבן ייִדש, און מאַכן די ערשטע טריט צו באַקענען זיך מיט דער רײַכער ייִדישער ליטעראַטור נישט איין דור ייִדישע קינדער. איין קלייניקייט — אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך די לעצטע ייִדישע שול געשלאָסן ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דערפֿאַר אָבער האָט דאָס “לערנבוך פֿאַר אויסלערנען זיך ייִדיש זעלבשטענדיק", געשאַפֿן פֿון שמעון סאַנדלער געבראַכט אַ גרויסע נוץ. אָפּגעדרוקט אין מאָסקווע, אין 20 טויזנט קאָפּיעס, האָט זיך עס פֿאַרקויפֿט ווי דער גרעסטער בעסטסעלער.
אינעם פֿאָרוואָרט דערקלערט דער מחבר:
דער לערנבוך איז גוט, קודם־כּל, פֿאַר די מענטשן, וואָס הייבן אָן לערנען ייִדיש. ער איז זייער פּראַקטיש און זײַן הויפּט־ציל איז צו געבן די מעגלעכקייט אין אַ קורצן טערמין צו באַהערשן די גרונט־פּרינציפּן פֿון ייִדיש אָן דער הילף פֿון אַ לערער. מכּוח ייִדיש, איז דאָס די ערשטע דערפֿאַרונג אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד פֿון אַזאַ מין לערנבוך.
דאָס לערנבוך מאַכט באַקאַנט מיט די כּללים פֿון לייענען און שרײַבן, דערקלערט דעם באַטײַט פֿון 4 טויזנט ווערטער, דערקלערט די הויפּט־כּללים פֿון גראַמאַטיק. נאָכן באַהערשן דעם מאַטעריאַל פֿונעם לערנבוך, איז דער מענטש גרייט, מיט דער הילף פֿון אַ ווערטערבוך, צו לייענען און פֿאַרשטיין אַ ייִדישע צײַטונג, אַ זשורנאַל־אַרטיקל און אַ ליטעראַריש ווערק.
זיך באַנוצן מיט דעם ייִדיש־לערנבוך קאָן יעדער דערוואַקסענער, וואָס איז באַקאַנט מיט די גרונט־כּללים פֿון רוסיש, געלערנט אין שול.
ביז הײַנט צו טאָג קאָן מען אין די היימען בײַ די ייִדישע אימיגראַנטן איבער דער וועלט, געקומען פֿונעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, געפֿינען אויף די ביכער־פּאָליצעס, צווישן אַנדערע ביכער, דעם לערנבוך פֿון שמעון סאַנדלער און דעם “רוסיש־ייִדישן ווערטערבוך", וואָס נעמט אַרײַן אַרום 40 טויזנט ווערטער, אונטער דער רעדאַקציע פֿון: משה שפּיראָ, אלי ספּיוואַק און מויניע שולמאַן.