|
אַ. ווערגעליס בעת אַ טרעפֿונג אין דער רעדאַקציע "סאָוועטיש היימלאַנד" |
|
א
דעם 7טן אַפּריל איז געווען דער צענטער יאָרצײַט נאָכן טויט פֿון דעם פּען-מענטש, מיט וועלכן עס זײַנען, בדרך-כּלל, אַסאָציִיִרט די געשעענישן אין דער מאָסקווער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה פֿון דער צווייטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט. די רייד גייט, וועגן דעם דיכטער, ראָמאַניסט, זשורנאַליסט און רעדאַקטאָר אַהרן ווערגעליס, 1918—1999.
מע קען געפֿינען ניט ווייניק מוסטערן פֿון שבֿחים, געזאָגט און געשריבן וועגן ווערגעליסן. אָבער עס דאָמינירן, פֿון דעסטוועגן, נעגאַטיווע אָפּשאַצונגען, בפֿרט וועגן זײַן אידעאָלאָגישן פּרצוף. אין דעם זין, איז עס כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די אַרטיקלען און ביכער בנוגע אַ סך קאָמוניסטישע ליטעראַטן. אַזוי איז געווען אין די יאָרן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַזאַ איז געווען די אײַזערנע לאָגיק פֿונעם אידעאָלאָגישן קאַמף אויך אין דער תּקופֿה, וואָס איז באַקאַנט ווי די “קאַלטע מלחמה". אין דער פּאָלעמיק, געפֿירט בעל-פּה און בכּתבֿ, פֿלעגט מען פֿון ביידע צדדים — דעם קאָמוניסטישן און אַנטי-קאָמוניסטישן — קיין שיינע ווערטער ניט אונטערגעקליבן. קיין בלאָטע האָט מען ניט געזשאַלעוועט.
אָבער אַ חוץ אידעאָלאָגישע חילוקי-דעות, זײַנען געווען אויך פּערזענלעכע חשבונות: אַ סך מענטשן האָבן פּשוט ניט ליב געהאַט ווערגעליסן, ווײַל ווי אַ מענטש איז ער געווען אַ שווערער. ער האָט זיך אַפֿילו געגרויסט מיט זײַן שם פֿון ניט זײַן קיין “גוטינקער". ער האָט געטענהט, אַז די “גוטינקע" זײַנען געווען שלעכטע “אַרבעטוער", דאָס הייסט ניט קיין שווער-אַרבעטנדיקע לײַט.
אַזוי צי אַזוי, אָבער ווערגעליס איז, בלי-ספֿק, פֿאַרבליבן דער איינציקער סאָוועטיש-ייִדישער שרײַבער, וועמעס נאָמען איז געווען רעלאַטיוו ברייט באַקאַנט אויך מחוץ די קרײַזן פֿון ייִדישע לייענער. זײַן נאָמען האָט מען דערמאָנט ווי די ייִדישע סטראַשידלע פֿון דער סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע. זײַן נאָמען האָט פֿאַרקערפּערט די סאָוועטישע פּאָליטיק לגבי ייִדן אין דער תּקופֿה זינט 1961, ווען אין מאָסקווע איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד".
ב
פֿאַר וואָס האָט מען דווקא ווערגעליסן געשטעלט בראָש דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן זשורנאַל? אַ סבֿרא, אַז עס זײַנען געווען עטלעכע וואָגיקע סיבות, וועלכע האָבן געקענט אויסזען איבערצײַגעוודיק אין די הויכע פֿענצטער פֿון דעם סאָוועטישן רעזשים. ווערגעליס איז געווען ייִנגער פֿון ס׳רובֿ אַנדערע פּראָפֿעסיאָנעלע ייִדישע שרײַבער. ער האָט שוין געהאַט אַ דערפֿאַרונג פֿון אַרבעטן אין סאָוועטיש-ייִדישע רעדאַקציעס. אָבער באזונדערס וויכטיק האָט געדאַרפֿט זײַן די פֿאַרבינדונג, וואָס ווערגעליס האָט געהאַט מיט ביראָבידזשאַן.
נאָכן סוף פֿון סטאַלינס ממשלה איז ניט פֿאַרבליבן קיין איין אינסטיטוציע פֿון ייִדישער קולטור, אַ חוץ דער גאָר שוואַכער צײַטונג “ביראָבידזשאַנער שטערן". צענדליקער ייִדישע קולטור-טוער זײַנען אומגעקומען אין די טורמעס און לאַגערן. די סאָוועטישע מנהיגים האָבן געוואָלט אויסנוצן דעם מצבֿ און באַגרענעצן די ייִדישע קולטור-טעטיקייט מיט ביראָבידזשאַן. די לאָגיק איז געווען אַזאַ: די אוקראַיִנער האָבן אוקראיִנע, די גרוזינער האָבן גרוזיע, און די ייִדן זאָלן האָבן ביראָבידזשאַן.
אָבער די דאָזיקע סכעמע האָט מען, פֿון דעסטוועגן, ניט רעאַליזירט. ביראָבידזשאַן האָט כּמעט קיין קולטור-כּוחות ניט פֿאַרמאָגט. ס׳רובֿ ייִדישע ליטעראַטן האָבן געוווינט אין אַזעלכע שטעט ווי מאָסקווע, קיִעוו, אָדעס, קעשענעוו, ווילנע, מינסק און טשערנאָוויץ. אַ ביראָבידזשאַן-באַזירטע ייִדישע טעטיקייט וואָלט ניט באַפֿרידיקט די אויסלענדישע אַקטיוויסטן. הקיצור, האָט מען באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ זשורנאַל אין דער הויפּטשטאָט. אָבער אַ רעדאַקטאָר, וואָס האָט פֿאַרבראַכט לכל-הפּחות אַ טייל פֿון זײַנע קינדער־יאָרן אין ביראָבידזשאַן, האָט סײַ-ווי-סײַ געפּאַסט בעסער פֿון אַ ניט-ביראָבידזשאַנער. ניט צופֿעליק האָט מען דאָך אין די 1970ער אויסגעשולט אויף אַ רבֿ דווקא דעם ביראָבידזשאַנער תּושבֿ אַדאָלף שײַעוויטש, וואָס איז ביזן הײַנטיקן טאָג דער רבֿ אין דער צענטראַלער מאָסקווער שיל.
ג.
אַהרן ווערגעליס איז געבוירן געוואָרן אין אוקראַיִנע, אָבער די משפּחה איז אַריבערגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט ער ווי אַ ייִנגל פֿאַרבראַכט פֿיר יאָר אין דער נײַער ייִדישער געגנט. דאָרטן האָט ער פֿאַרענדיקט די היגע ייִדישע שול און דאָרטן האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע ערשטע לידער. ווי אַ צוזאָגנדיקער ייִדישער דיכטער איז ער געקומען זיך לערנען קיין מאָסקווע, וווּ בײַם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט איז געווען אַ ייִדישער אָפּטייל. אמת, צום סוף האָט זיך ווערגעליס שוין געלערנט אין גאַנצן אויף רוסיש, ווײַל דעם ייִדישן אָפּטייל האָט מען אין יאָר 1938 פֿאַרמאַכט.
דאָס יאָר 1940 איז געווען פֿול מיט געשעענישן אין דעם לעבן פֿונעם יונגן דיכטער: ער האָט פֿאַרענדיקט דעם אינסטיטוט, זײַן ערשט בוך איז אַרויס אין דעם מאָסקווער ייִדישן פֿאַרלאַג “דער אמת", ער איז אָנגענומען געוואָרן ווי אַ מיטגליד פֿון דעם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין, און ס׳איז געקומען זײַן צײַט צו דינען אין דער אַרמיי. אַ ציווילער מענטש איז ער ווידער געוואָרן ערשט נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.
אין די עטלעכע יאָר צווישן זײַן דעמאָביליזאַציע און דער ליקווידאַציע פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט און פֿון אַלע אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס, האָט ווערגעליס געלעבט אין מאָסקווע. ער האָט געאַרבעט אין דער ייִדישער רעדאַקציע פֿון ראַדיאָ און אין דער רעדאַקציע פֿון דעם ליטעראַרישן זשורנאַל “היימלאַנד". בעת די רעפּרעסיעס האָט מען אים ניט אַרעסטירט. אַ געוויסע צײַט האָט ער רעדאַקטירט אַ רוסישע צײַטונג, געדרוקט פֿאַר די אַרבעטער פֿון אַ גרויסער מאָסקווער פֿאַבריק.
זינט 1961 איז זײַן לעבן געווען פֿאַרבונדן מיטן זשורנאַל “סאָוועטיש היימלאַנד". פֿון אָנהייב אָן איז דער זשורנאַל געוואָרן אַ פֿאָרום סײַ פֿאַר ליטעראַטור און קולטור, סײַ פֿאַר סאָוועטישער פּראָפּאַגאַנדע. ווערגעליסן האָט מען געשיקט אין פֿאַרשיידענע לענדער, ער זאָל דאָרטן דערציילן וועגן דעם (כּלומרשט) גליקלעכן לעבן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַנע אַרטיקלען, ווי אויך ליטעראַרישע ווערק, זײַנען אויך געווען אָנגעזעטיקט מיט אַנטי-ציוניסטישער און אַנטי-קאַפּיטאַליסטישער אידעאָלאָגיע.
דער סוף פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט פֿאַקטיש פֿאַרענדיקט די געשיכטע פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד", כאָטש אין די יאָרן 1993—1997 האָט ווערגעליס געדרוקט דעם זשורנאַל “די ייִדישע גאַס". דער “פֿאָרווערטס" איז געווען צווישן די שטיצער פֿון אָט דעם לעצטן גילגול פֿון “סאָוועטיש היימלאַנד".