די קאָנצערט־גרופּע פֿונעם מינסקער "הילל", 2009 |
דער הײַנטיקער נומער פֿון "ווײַטער" איז געווידמעט דעם ייִדישן לעבן אין ווײַסרוסלאַנד בכלל און דער הויפּטשטאָט מינסק, בפֿרט. הײַנט, לויטן אָפֿיציעלן אויספֿרעג פֿון יאָר 1999, וווינען אין דער אומאָפּהענגיקער מלוכה אַרום 28 טויזנט ייִדן; אין מינסק — איבער 10 טויזנט. די ייִדישע קוואַלן האַלטן אָבער, אַז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אינעם הײַנטיקן ווײַסרוסלאַנד איז דרײַ מאָל גרעסער. חוץ דער הויפּטשטאָט, זײַנען דאָ קלענערע ייִדישע קהילות אין בריסק, וויטעבסק, האָמלע, מאָגילעוו, גראָדנאָ, באָברויסק, באַראַנאָוויטש און פּינסק — דאָרט האָט אַמאָל געקאָכט דאָס ייִדישע לעבן.
פֿון דעסטוועגן, נישט געקוקט אויף דער אײַנגעשרומפּענער ייִדישער באַפֿעלקערונג, עקזיסטירן דאָרט אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס ס'רובֿ פֿון זיי ווערן געשטיצט פֿון די אויסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. אַ וויכטיק אָרט אין דער אַרבעט פֿאַרנעמט די ייִדישע דערציִונג. מיט איבער 10 יאָר צוריק איז אין מינסק דערעפֿנט געוואָרן די ערשטע ייִדישע זונטיק־שול. הײַנט פֿונקציאָנירן אין ווײַסרולאַנד 19 זונטיק־שולן און צוויי פֿולע מיטלשולן. חוץ די אָבליגאַטאָרישע אַלגעמיינע לימודים, לערנען די תּלמידים אין די ייִדישע מיטלשולן ייִדישע מינהגים, געשיכטע און קולטור בײַ ייִדן.
אין 1999 איז בײַם ווײַסרוסישן מלוכישן אוניווערסיטעט געעפֿנט געוואָרן אַן אָפּטייל פֿונעם אינטערנאַציאָנאַלן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט אויף מ. שאַגאַלס נאָמען. די ייִדישע קהילה דעקט טיילווײַז דעם שׁכר־לימוד פֿאַר די ייִדישע סטודענטן. בײַם פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט אין מינסק איז דאָ אויך אַ קורס פֿון "געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל: נעכטן און הײַנט".
סוף מײַ 2007 האָט די ייִדישע קהילה אין ווײַסרוסלאַנד געפֿײַערט דעם 10טן יוביליי פֿון דער מינסקער "הילל"־באַוועגונג. אין משך פֿון די יאָרן האָבן אירע פּראָגראַמען באַזוכט הונדערטער ייִדישע סטודענטן. די סטודענטן פֿון דער באַוועגונג פֿירן אויס וויכטיקע אויפֿגאַבעס: העלפֿן די אַלטע לײַט, געוועזענע קאַצעטלער פֿון געטאָס און לאַגערן, קוקן נאָך די קינדער פֿון סאָציאַל־אָפּגעשוואַכטע משפּחות וכּדומה. נאָך איין וויכטיקע שליחות: די סטודענטן האַלטן אַן אויג אויף די ייִדישע בית־עולמס סײַ אין מינסק און סײַ איבער ווײַסרוסלאַנד.
די סטודענטן פֿון "הילל" באַטייליקן זיך אין די עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס. פֿאָרן איבער די אַמאָליקע ייִדישע ערטער, טרעפֿן זיך מיט צומאָל איינצלנע ייִדן, געבליבן אין די קליינע שטעטלעך. פֿאַרשרײַבן לידער אויף ייִדיש און מינדלעכע געשיכטעס, און דערנאָך פֿאָרשן זיי דעם מאַטעריאַל און מאַכן קאָמפּאַקטלעך צו פֿאַרשפּרייטן.
וואָס שייך ייִדיש, זײַנען אין מינסק דערשינען לעצטנס צוויי לידער־זאַמלונגען פֿון די ייִדישע פּאָעטן אליהו (עליע) סאָוויקאָווסקי (1893—1959) — "שײַן" און אליהו זלאָטניק — "מײַנע לידער". אין דער לידער־זאַמלונג פֿון עליע סאָוויקאָווסקי זײַנען אײַנגעשלאָסן געוואָרן אָריגינעלע און איבערגעזעצטע לידער, אָנגעשריבן אין פֿאַרשידענע יאָרן. מע קאָן דאָרט אויך געפֿינען דערמאָנונגען וועגן דעם פּאָעט און דעם מינסקער ייִדישן שרײַבער הירש רעלעס (1913—2004).
אליהו זלאָטניק (1922—2006), אַ געבוירענער אינעם ווײַסרוסישן שטעטל ליפּיטש, האָט זיך געלערנט אינעם מינסקער ייִדישן לערער־טעכניקום, דערנאָך אינעם מינסקער פּעדאַגאָגישן אינסטיטוט. זײַן ערשט ביכל לידער האָט זלאָטניק אַרויסגעלאָזט אין ישׂראל, וווּ ער האָט זיך באַזעצט אין 1990, אין ראשון־לציון.
און נאָך איין זעלטענע געשעעניש פֿאַרן הײַנטיקן לעבן נישט נאָר אין מינסק און ווײַסרוסלאַנד, נאָר אויף דער אַלוועלטלעכער ייִדישער גאַס. אינעם מינסקער פֿאַרלאַג "מידיסאָנט" איז דערשינען אַן אילוסטרירטער ייִדיש־ווײַסרוסישער ווערטערבוך. צונויפֿגעשטעלט האָט דעם ווערטערבוך אַלעקסאַנדער אַסטראַוך, אַליין אַ קינסטלער־רעסטאַווראַטאָר. דאָס ווערטערבוך, הײַנט דאָס גרעסטע פֿון אַזאַ מין, באַשטייט פֿון 928 זײַטן און שליסט אײַן 25 טויזנט אַרטיקלען און 50 טויזנט ווערטער. עס נעמט אַרײַן ייִדישע שפּריכווערטלעך און ווערטלעך, ווינטשעוואַניעס און באַגריסונגען, רעטענישן און גיכווערטלעך, ווי אויך אויסצוגן פֿון ייִדישע לידער, וויצן און ליטעראַרישע ווערק. די גאַנצע אַרבעט האָט געדויערט קנאַפּע צען יאָר. אַ. אַסטראַוך, אַליין נישט קיין ייִד, האָט געפֿאָרשט און אויסגענוצט בײַם צונויפֿשטעלן דעם ווערטערבוך אַ סך אַנדערע ייִדישע ווערטערביכער, דערשינען אין פֿאַרשידענע לענדער און צײַטן.
זײַן בוך האָט דער צונויפֿשטעלער געווידמעט דעם אָנדענק פֿון זײַנע לערער: די באַקאַנטע ייִדישע לינגוויסטקע פֿון מינסק, סאָניע (שפּינצע) ראָכקינד (1903—2000), וועלכע האָט אין 1940 אַרויסגעלאָזט אין מינסק, צוזאַמען מיט ה. שקליאַר אַ ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך אויף 20 טויזנט ווערטער; דינה כאַריק, די אַלמנה פֿונעם מינסקער פּאָעט איזי כאַריק; דעם ייִדישן שרײַבער הירש רעלעס, און דעם אָרטיקן טעאַטער־ און מוזיק־טוער, משה סווירנאָווסקי.
אַ. אַסטראַוך האָט אָנגעהויבן לערנען ייִדיש אין 1984. אין 2004 האָט ער פֿאַרענדיקט אין ווילנע דעם ייִדישן אינסטיטוט בײַם ווילנער אוניווערסיטעט. הײַנט אַרבעט ער איבער אַ נײַעם ייִדיש־רוסישן ווערטערבוך.