עס האָבן זיך אָפּגעהיט פֿאָטאָס פֿון דער עקזעקוציע אין אָקטאָבער 1941. זיי זײַנען אַרײַן אין צענדליקער צי אַפֿילו הונדערטער ביכער. מע האָט זיי געוויזן בעת דעם נירנבערגער פּראָצעס. אָבער אומעטום פֿלעגט מען אָנווײַזן, אַז דער נאָמען פֿונעם מיידל איז ניט געווען באַקאַנט. זי איז געווען אַן "אומבאַקאַנטע", און די אידעאָלאָגן האָט עס געלוינט. די זשורנאַליסטן, וועלכע האָבן פֿאַרעפֿנטלעכט אַרטיקלען וועגן מאַשע ברוסקינאַ, האָבן געהאַט דערנאָך פּראָבלעמען צו געפֿינען אַן אַרבעט. און אַזוי איז עס אָנגעגאַנגען אין משך פֿון יאָרצענדליקער. אין ווײַסרוסלאַנד האָט מען ניט געוואָלט האָבן קיין ייִדישע העלדין.
אין מײַ 2006 האָט מען אַ דענקמאָל, געווידמעט מאַשע ברוסקינאַ, געעפֿנט אין כּפֿר הירוך, וואָס איז אין דעם צפֿונדיקן טייל פֿון תּל-אָבֿיבֿ. אין אָקטאָבער 2007 האָט אַ גאַס אין ירושלים באַקומען דעם נאָמען פֿון דער העלדין. סוף-כּל-סוף, אין פֿעברואַר 2008, איז דורכגעבראָכן געוואָרן אַ וואַנט אויך אין ווײַסרוסלאַנד: אין מינסק איז אָפֿיציעל אָנערקענט געוואָרן, אַז די "אומבאַקאַנטע" האָט געהאַט אַ נאָמען.
אַ פֿאָרש-אַרבעט וועגן מינסק
אין 2006 האָט עליסאַ בעמפּאָראַד פֿאַרטיידיקט אין סטענפֿאָרד-אוניווערסיטעט איר דאָקטאָר-דיסערטאַציע. איר אַרבעט הייסט "רויטער שטערן אויף דער ייִדישער גאַס: די נײַע פֿאָרמען פֿון ייִדישן לעבן אין סאָוועטישן מינסק, 1917—1939" (Red Star on the Jewish Street: The Reshaping of Jewish Life in Soviet Minsk, 1917—1939). עד-היום איז עס דער סאַמע קאָמפּעטענטער טעקסט מכּוח דעם דאָזיקן ייִדישן ייִשובֿ אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות.
עליסאַ בעמפּאָראַד שטרײַכט אונטער די וויכטיקע אייגנאַרטיקייטן פֿון דעם אָביעקט פֿון איר לאַנג־יאָריקער פֿאָרשונג. ערשטנס, האָט מינסק מיט אַ יאָרהונדערט צוריק פֿאַרנומען, לויט דער צאָל ייִדן, דאָס פֿערטע אָרט צווישן די שטעט, וועלכע זײַנען פֿריִער צי שפּעטער אַרײַן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. גרעסער איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג געווען נאָר אין אָדעס, ווילנע און קעשענעוו.