|
ווײַסרוסלאַנד האָט אָנערקענט אָפֿיציעל פֿיר שפּראַכן: ווײַסרוסיש, ייִדיש, רוסיש און פּויליש |
|
א
אין די יאָרן צווישן ביידע וועלט-מלחמות איז מינסק, די הויפּטשטאָט פֿון ווײַסרוסלאַנד, געווען אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער קולטור-טעטיקייט. פֿאַר דער ערשטער וועלט-מלחמה האָט מינסק ניט געקענט קאָנקורירן מיט ווילנע, וווּ עס האָט זיך געפֿונען דער אָלימפּ פֿון דעם ליטוויש-ווײַסרוסישן ייִדנטום. אָבער דער מצבֿ האָט זיך געביטן נאָך דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע און דער צעטיילונג פֿון צאַרישן רוסלאַנד אויף באַזונדערע מדינות. ווילנע איז געוואָרן אַ שטאָט אין פּוילן, בעת מינסק האָט באַקומען דעם סטאַטוס פֿון אַ רעפּובליקאַנישער הויפּטשטאָט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד.
דעם 12טן מײַ 1917 האָט אין מינסק אָנגעהויבן אַרויסגיין די צײַטונג "דער וועקער". צווישן די ייִדישע פּאַרטייען האָט דער "בונד" געהאַט די שטאַרקסטע פּאָזיציעס אין דער שטאָט. קיין חידוש ניט, אַז דער בונדיסטישער "וועקער" איז געוואָרן דאָרטן די שטאַרקסטע צײַטונג. די רעדאַקטאָרן האָבן זיך געביטן. דער מצבֿ איז, בכלל, געווען ניט קיין סטאַבילער. אין דעצעמבער 1917 האָט די צײַטונג רעדאַקטירט מאַקס ווײַנרײַך, וואָס איז שפּעטער באַקאַנט געוואָרן ווי דער פֿירנדיקער ייִדישער שפּראַכקענער.
דעם "וועקער" איז באַשערט געווען לאַנג-יאָריקייט. ער האָט געלעבט לענגער פֿון אַלע אַנדערע סאָוועטיש-ייִדישע צײַטונגען: פֿון מײַ 1917 ביז יוני 1941, ווען די דײַטשן זײַנען אָנגעפֿאַלן אויפֿן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. דעם 7טן נאָוועמבער 1925, ווען מע האָט געפֿײַערט אַכט יאָר זינט דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע, איז די צײַטונג אַרויס מיט אַ נײַעם נאָמען, "אָקטיאַבר". דאָס איז געווען דער סאָוועטיש-ייִדישער נוסח פֿון אויסרעדן און שרײַבן "אָקטאָבער". מיינען האָט דער נײַער נאָמען געמיינט די אָקטאָבער-רעוואָלוציע, וואָס די דאַטע איז, לויטן נײַעם נוסח, גערוקט געוואָרן מיט 13 טעג.
ב
דעם 15טן יולי 1924 האָט מען אין ווײַסרוסלאַנד אָפֿיציעל אָנערקענט פֿיר שפּראַכן: ווײַסרוסיש, ייִדיש, רוסיש און פּויליש. די קאָנסטיטוציאָנעל-אָנערקענטע פֿילשפּראַכיקייט האָט אָפּגעשפּיגלט די עטנישע מאָזאַיִק פֿון ווײַסרוסלאַנד און די שוואַכקייט פֿון ווײַסרוסישע נאַציאָנאַלע כּוחות. פֿאַר דער ייִדישער קולטור-טעטיקייט איז געווען אַ וויכטיקער אונטערשייד צווישן ווײַסרוסלאַנד און אוקראַיִנע: אין ווײַסרוסלאַנד איז עס געוואָרן אַ טייל פֿונעם הויפּטשטראָם, בעת אין אוקראַיִנע האָט מען די ייִדישע טעטיקייט לאָקאַליזירט און קלאָר אָנגעוויזן איר אָרט פֿון אַ מינאָריטעט. אין ווײַסרוסלאַנד איז ייִדיש אַפֿילו געווען צו מאָל די דאָמינירנדיקע שפּראַך. אַזוי איז עס געווען, אַ שטייגער, אין דער לעדער-אינדוסטריע. כאַראַקטעריש, אַז דער פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַראיין (יוניאָן) פֿון לעדער-אַרבעטער האָט געפֿירט זײַן טעטיקייט, דער עיקר, אויף ייִדיש.
אין פֿאַרגלײַך מיט אוקראַיִנע, איז די ייִדישע טעטיקייט אין ווײַסרוסלאַנד געווען אַנדערש אויך מיטן באַשטאַנד פֿון קולטור-טוער. אוקראַיִנע האָט געהאַט דערפֿאַרענע מענטשן, אַרײַנגערעכנט שרײַבער, קריטיקער, זשורנאַליסטן אאַז״וו. מינסק, און ווײַסרוסלאַנד בכלל, איז געווען אַ פּראָווינץ, וווּ מע האָט זייער שאַרף געפֿילט דעם דוחק אין קוואַליפֿיצירטע לײַט. גלײַכצײַטיק, האָט עס געשאַפֿן בעסערע מעגלעכקייטן פֿאַר יונגע ליטעראַטן. בפֿרט נאָך אַז אַ צעצווײַגטע סיסטעם פֿון ייִדישער בילדונג האָט אַרומגעכאַפּט אַלע מדרגות: פֿון קינדערגאָרטן ביזן אוניווערסיטעט.
דאָס ליטעראַרישע יונגוואַרג האָט זיך סוף 1923 פֿאַראייניקט אין אַ גרופּע בײַ דער מינסקער צײַטונג "דער יונגער אַרבעטער". פֿון דער דאָזיקער גרופּע זײַנען אַרויס אַזעלכע מײַסטערס פֿון ייִדישן וואָרט ווי די דיכטער משה טייף און מענדל ליפֿשיץ, און די ליטעראַטור-קענערין (און, שפּעטער, פּראָזע-שרײַבערין) רבֿקה רובין.
אין 1925 האָט אין מינסק אָנגעהויבן דערשײַנען דער ליטעראַרישער זשורנאַל "שטערן". אַרום דער זעלבער צײַט האָט מען אין מינסק גענומען בויען אַ ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער. עס האָט זיך געעפֿנט אַ ייִדישער טעאַטער. דאָס אַלץ האָט צוגעצויגן ייִדישע אינטעלעקטואַלן פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און פֿון אויסלאַנד. למשל, פֿון מאָסקווע זײַנען קיין מינסק געקומען און זיך באַזעצט דאָרטן די דיכטער זעליק אַקסעלראָד און איזי כאַריק, דער קריטיקער יאַשע בראָנשטיין און דער טעאַטער-רעזשיסאָר מיכאַיִל (משה-אַהרן) ראַפֿאַלסקי. צווישן די אָנגעקומענע פֿון אויסלאַנד האָט זיך באַזונדערס אויסגעטיילט דער דיכטער משה קולבאַק.
ג
דער דוחק פֿון טראַדיציע, פֿון שטאַרקע אינטעלעקטועלע כּוחות, האָט געשאַפֿן אַ גינסטיקן באָדן פֿאַר מיליטאַנטיש-קאָמוניסטישע אידעען צווישן ייִדישע קולטור-טוער. וויכטיק איז אויך געווען דער פֿאַרנעם פֿון ייִדישער קולטור-טעטיקייט. אין ווײַסרוסלאַנד האָט עס אויסגעזען ווי מאַסן-קולטור. פֿון איין זײַט איז עס געווען גוט, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די קולטור-אַרבעט פֿון אַזאַ פֿאַרנעם זיך מער געוואָרפֿן אין די אויגן פֿון סאָוועטישע מלוכה-טוער.
דערצו האָט די גאַנצע קאָנסטרוקציע פֿון אַ פֿילשפּראַכיקער רעפּובליק גענומען דענערווירן די סאָוועטישע אידעאָלאָגן. קיין אַנדער גרויסע רעפּובליק פֿון אַזאַ מין איז דאָך אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד ניט געווען. וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער זײַנען געוואָרן די ווײַסרוסישע קאַדרען פֿון פֿונקציאָנערן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס פֿיר מלוכישע שפּראַכן האָבן געפֿאָדערט מער געלט. צו האָבן איין שפּראַך איז תּמיד ביליקער. "ראַציאָנעלקייט" איז תּמיד געווען איינע פֿון די סאָוועטישע כּללים.
אָט די אַלע פֿאַקטאָרן האָבן געבראַכט צו אַ באַזונדערס טרויעריקן רעזולטאַט בעת די סטאַליניסטישע רעפּרעסיעס אין דער צווייטער טייל פֿון די 1930ער יאָרן. די מינסקער ייִדישע סבֿיבֿה פֿון ייִדישע שרײַבער, געלערנטע, זשורנאַליסטן און פּעדאַגאָגן, האָט מען צעשטערט אַ סך מער איידער מע האָט עס געטאָן אין קיִעוו און מאָסקווע. בינו-לבינו, האָט ייִדיש פֿאַרלוירן אין ווײַסרוסלאַנד דעם סטאַטוס פֿון אַ מלוכישער שפּראַך.
ניט געקוקט אויף די רעפּרעסיעס, האָבן אַ סך ייִדישע אינסטיטוציעס דערלעבט ביזן אָנהייב פֿון דער מלחמה. נאָך מער: אין 1939, ווען ווײַסרוסלאַנד איז גרעסער געוואָרן צוליב דעם סאָוועטישן אַרײַנמאַרש אין פּוילן, האָט מען אויף די נײַע טעריטאָריעס געעפֿנט ייִדישע שולן און אַנדערע אינסטיטוציעס. אַ גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן פֿון פּוילן האָבן זיך באַזעצט אין ווײַסרוסלאַנד, אָבער דער חורבן און די סאָוועטישע פּאָליטיק לגבי ייִדיש האָבן אין 1941 פֿאַרענדיקט די געשיכטע פֿונעם מינסקער ייִדישן קולטור-צענטער. צו יענער צײַט האָבן אין דער שטאָט געוווינט 54 טויזנט ייִדן, אָדער 37 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג.