דער ייִדישער דיכטער און פּראָזאַיִקער אײַזיק פּלאַטנער איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1895 אין סאָקאָלאָוו־פּאָדליאַסק, פּוילן. זײַנע ערשטע לידער זײַנען אָפּגעדרוקט געוואָרן אין דער וואַרשעווער אויסגאַבע "ליטעראַרישע בלעטער". אין 1927 פֿאָרט ער אַריבער אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און נאָכן פֿאַרענדיקן אַ לערער־סעמינאַר ווערט ער אַ לערער. ער גייט אַרײַן אין באַשטאַנד פֿון דער שרײַבער־גרופּע "יוניאָן־סקווער", שפּעטער פֿון "פּראָלעטפּען". אין 1930 דערשײַנט זײַן ערשט בוך לידער "וואָס דער טאָג דערציילט", אָבער אין 1932 קומט ער צו פֿאָרן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און באַזעצט זיך אין מינסק. דאָרט אַרבעט ער אין דער צײַטונג "אָקטיאַבר" און דרוקט זיך אין פֿאַרשידענע סאָוועטישע, ווי אויך לינקע אַמעריקאַנער פּובליקאַציעס. אין 1948 ווערט ער רעפּרעסירט, פֿאַרשיקט אין צפֿון־לאַגער טײַשעט, אירקוטסקער געגנט, וווּ ער געפֿינט זיך גאַנצע אַכט יאָר. נאָך דער באַפֿרײַונג לעבט ער ווידער אין מינסק, דרוקט לידער און עסייען אין וואַרשעווער "פֿאָלקס־שטימע", אַרבעט איבער אַ בוך וועגן די אומגעבראַכטע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער "וועגן די, וואָס פֿעלן אונדז". ער באַווײַזט צו פּובליקירן נאָר אַ טייל פֿון אים. געשטאָרבן איז ער פּלוצעמדיק פֿון אַ האַרץ־אַטאַק. באַערדיקט אין מינסק.
ווי אַ לערער, האָט פּלאַטנער גוט געקענט די קינדער־סבֿיבֿה. דעריבער פֿאַרנעמען אין זײַן שאַפֿונג אַ וויכטיק אָרט לידער פֿאַר קינדער.
מײַן גרינסגאָרטן
זומער, כ'האָב פֿאַרזייט
אַ גאָרטן,
גוט באַאַרבעט, אָפּגעהיט.
וואָס איז אויסגעוואַקסן דאָרטן?
פֿרעגט מיך בעסער: וואָס
דען ניט?
כ'זאָל אײַך, קינדער,
אַלץ באַשרײַבן,
וועט ניט קלעקן קיין פּאַפּיר,
כ'וועל די שפֿע נאָר
פֿאַרקלײַבן —
דעמאָלט קומט אַרײַן צו מיר!
קוקורוזע
אין זעקעלעך ליגט זי באַהאַלטן,
זי ווײַזט זיך ניט לאַנג אויף
דער שײַן,
אין באָרד פֿון דעם זיידן
אַן אַלטן,
פֿאַרדעקט זיך און וויקלט
זיך אײַן.
ס'וועט גאָרניט אַרויס
פֿון דערינען,
מיר קענען אײַך גוט,
חבֿרה־לײַט!
מיר וועלן אײַך שפּעטער
געפֿינען,
ווי נאָר עס וועט קומען
די צײַט.
בוריקעס
דער טשוביק איז גרין,
דאָס עקל איז דין,
קײַלעכיק, דיקלעך און בײַכיק.
אַזאַ איידעלע הויט
און מוראדיק רויט,
נאָר אַ באָרשט דערפֿון איז
אַ מאַכל!
צייכענונג: איטעלאַ מאַסטבאַום |
זונרויזן
אין אַטלאַסענע היטעלעך,
מיט שירעמלעך פֿון זײַד,
זיי פּוצן זיך און חנדלען זיך
און ווינקען פֿון דער ווײַט.
כאָטש נעם זיי פֿאַר די
טאַליעס אָן
און גיי אין טאַנץ אַרײַן.
די זונרויזן — זיי פֿלאַקערן
אין גאָלד פֿון זונענשײַן.
דער קאַבאַק
ער בלאָזט זיך און גרויסט זיך,
ער ווערט, ווי אַ פֿאַס.
און רוקט זיך אַרויס
דורכן פּלויט אויף דער גאַס.
אַ גרויסער באַרימער —
אַ ליידיקער זאַק.
ס'איז מער ניט אָט דאָס,
וואָס ר'האָט קערלעך אַ סך.
מאָן
דינינקע, צאַרטע, באַחנטע,
די קעפּעלעך נאָר וואָס
פֿאַרקעמט.
זיי פֿינקלען איבער די פּנימער,
אָט עפּעס אַזוי, ווי פֿאַרשעמט.
פּאָמידאָרן (טאָמאַטן)
פֿריִער קליינע, גרינע, האַרטע,
נאָר מע דאַרף אַ ביסל וואַרטן,
ביז די זון הייבט אָן זיי גלעטן.
קריגן זיי רויטינקע באַקן,
ווערן זיי רײַף און געשמאַקע.