אין משך פֿון צוויי יאָר האָט מען אין ריגע רעסטאַוורירט דעם אַלטן בית-מדרש. אין דער לעטלענדישער הויפּטשטאָט איז עס די איינציקע שיל, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און איז פֿאַרבליבן אָפֿן אין די סאָוועטישע צײַטן. אין דער פֿײַערלעכער עפֿענונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 26סטן אויגוסט, האָט זיך באַטייליקט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער מדינה, אַרײַנגערעכנט דעם פּרעזידענט, דעם פּרעמיער-מיניסטער און דעם מייאָר פֿון דער שטאָט.
דער רעסטאַווראַציע-פּראָיעקט האָט געקאָסט כּמעט דרײַ מיליאָן דאָלאַר. דעם גרעסטן חלק פֿון די הוצאָות האָבן געדעקט די צענטראַליזירטע פֿאָנדן פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. דערצו האָט מען באַקומען געלט פֿון דער לעטלענדישער מלוכה און פֿון אַ מאה יחידים. די איצטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ריגע שאַצט מען אָפּ צווישן 12 און 15 טויזנט נפֿשות.
סוף 19טן יאָרהונדערט האָט זיך אין דער "אַלטער שטאָט" פֿון ריגע געשאַפֿן אַ קהילה, וועלכע האָט פֿאַראייניקט די ייִדישע תּושבֿים פֿון דער דאָזיקער שטאָט-געגנט. די קהילה האָט געקויפֿט אַ שטח ערד און, אין מאַרץ 1903, באַקומען אַ דערלויבעניש צו בויען אַ נײַע שיל. דעם פּראָיעקט האָבן געשאַפֿן און רעאַליזירט (אין יאָר 1905) צוויי אַרכיטעקטן — ווילהעלם נײַמאַן און הערמאַן זײַבערליך. דער מאָדערניסטישער נוסח פֿון זייער פּראָיעקט, וואָס איז באַקאַנט ווי "יוגענדשטיל", באַגעגנט זיך גאַנץ זעלטן אין דער אַרכיטעקטור פֿון רעליגיעזע בנינים.
צווישן די וועלט-מלחמות האָט ריגע געהאַט פֿיר כאָרשולן. די דײַטשן, וואָס האָבן אָקופּירט די שטאָט דעם 4טן יולי 1941, האָבן פֿאַרברענט אַלע שילן. אָבער די שיל אין דער אַלטער שטאָט האָבן זיי באַשלאָסן ניט אונטערצינדן צוליב דער סכּנה, אַז די שׂרפֿה האָט געקענט זיך פֿאַרשפּרייטן און אַרומכאַפּן אויך אַנדערע, בשכנותדיקע הײַזער. דעם בנין פֿון דער שיל האָבן די דײַטשן גענוצט ווי אַ סקלאַד. נאָך דער מלחמה האָט מען די שיל ווידער געעפֿנט, אָבער די קהילה האָט ניט געהאַט קיין מעגלעכקייט צו ברענגען דעם בנין אין אַ גוטן מצבֿ.
די דערעפֿענונג פֿון דעם ריגער בית-מדרש איז געווען די ערשטע פֿון דרײַ צערעמאָניעס, פֿאַרבונדן מיט גרויסע אייראָפּעיִשע שילן: דעם 6טן סעפּטעמבער — דער 150־יאָריקער יוביליי פֿון דעם בית-מדרש, אויף דער דאָהאַני-גאַס אין דער אונגאַרישער הויפּטשטאָט, בודאַפּעסט, און דעם 9טן סעפּטעמבער — דער 100־יאָריקער יוביליי פֿון דער גרויסער שיל אין דער בולגאַרישער הויפּטשטאָט, סאָפֿיע.
רעסטיטוציע אין ריגע
אַרקאַדי סוכאַרענקאָ, דער 50־יאָריקער ראָש פֿון דער ריגער קהילה, איז ניט קיין סאַמעראָדנער לעטלענדישער ייִד. ער איז געבוירן געוואָרן אין ווײַסרוסלאַנד. אָבער אין ריגע וווינט ער דעם גרעסטן טייל פֿון זײַן לעבן. דאָרטן האָט ער פֿאַרענדיקט דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט און, שפּעטער, אין די "פּערעסטרויקע"-צײַטן, געוואָרן אַ הצלחהדיקער געשעפֿטמאַן. אין די יאָרן 1995—1997 איז ער געשטאַנען בראָש Rietumu Banka, וואָס איז איינער פֿון די גרעסטע בענק אין לאַנד. זינט מאַרץ 2002 פֿירט ער אָן מיט דער ריגער קהילה.
סוכאַרענקאָ איז אויך הײַנט דער פֿאַרטרעטער פֿון דעם באַנק-פֿאָרזיצער. דער פֿאָרזיצער פֿונעם באַנק, לעאָניד עסטערקין, איז אויך אַן אַקטיווער טוער פֿון דער ריגער ייִדישער קהילה. זיי ביידע, סוכאַרענקאָ און עסטערקין, זײַנען געווען צווישן די הויפּט-ספּאָנסאָרן פֿון דער רעסטאַווראַציע פֿון דעם ריגער בית-מדרש.
אַ סך צײַט גיט סוכאַרענקאָ אָפּ דעם ענין פֿון רעסטיטוציע, דאָס הייסט פֿון אומקערן, אָדער באַקומען קאָמפּענסאַציע פֿאַר די היזקות אין די יאָרן פֿון נאַציזם און קאָמוניזם. די רייד גייט וועגן די בנינים און שטחים ערד, וואָס האָבן געהערט צו די ייִדן. די קהילה האָט באַשלאָסן ניט גיין אויף קיין קאָנפֿראָנטאַציעס מיט דער מלוכה און צו מאָנען נאָר 10 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער סומע געלט. אָבער אַפֿילו אַזאַ באַשיידענע פֿאָדערונג מיינט, אַז די רעגירונג מוז אויסצאָלן ניט ווייניקער פֿון 60 מיליאָן דאָלאַר. אַ פּראָיעקט פֿון אַזאַ געזעץ האָט מען שוין איין מאָל באַטראַכט אין פּאַרלאַמענט, אָבער דערווײַל איז ער ניט אָנגענומען געוואָרן. מע האָט באַשלאָסן, אַז דאָס געזעץ מוז מען נאָך "דעראַרבעטן".
די קהילה-פֿירער פּלאַנירן אויסצונוצן דאָס קאָמפּענסאַציע-געלט אין צוויי ריכטונגען. אַ טייל פֿון דעם קאַפּיטאַל וויל מען אינוועסטירן, עס זאָל ברענגען רווח פֿאַר פֿאַרשיידענע ייִדישע פּראָיעקטן אין לאַנד. אין דער רשימה פּראָיעקטן גייט אויך אַרײַן אַ בנין פֿאַר דער ייִדישער לערנשול. אַן אַנדער טייל קאָמפּענסאַציע-געלט קלײַבט מען זיך איבערצוגעבן דער געזעלשאַפֿט פֿון די לעטישע ייִדן אין ישׂראל.
ישעיה בערלינס יוביליי
ריגע האָט געגעבן דער וועלט ניט ווייניק באַרימטע מענטשן. צווישן זיי איז אויך דער באַקאַנטער בריטישער פֿילאָסאָף ישעיה בערלין (1909—1997). אין 1921 האָבן זײַנע עלטערן אים געבראַכט קיין לאָנדאָן. זײַן אייגן לעבן איז געווען פֿאַרבונדן, דער עיקר, מיט אָקספֿאָרד, וווּ ער האָט זיך געלערנט און, שפּעטער, געאַרבעט. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה האָט ער געאַרבעט פֿאַרן בריטישן אויסערן-מיניסטעריום, געווען אַ צײַט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ קורצע צײַט האָט ער פֿאַרבראַכט אין רוסלאַנד, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט די דיכטער אַנאַ אַכמאַטאָוואַ און באָריס פּאַסטערנאַק.
|
ישעיה בערלין |
Getty Images |
הגם רוסיש איז געווען די הויפּט-שפּראַך פֿון בערלינס עלטערן, איז די משפּחה ניט געווען אין גאַנצן אָפּגעפֿרעמדט פֿון דער ייִדישער שפּראַך. ישעיה בערלינס מוטער פֿלעגט באַקומען בריוו פֿון ריגע, פֿון אירע עלטערן, געשריבן אויף ייִדיש. ייִדישע ווערטער באַגעגענען זיך אויך אין דעם פֿילאָסאָפֿס אייגענער קאָרעספּאָנדענץ.
אין ריגע, בערלינס געבוירן-שטאָט, איז זײַן נאָמען געווען באַקאַנט נאָר אין שמאָלע אינטעקטועלע קרײַזן. איצט האָט זיך דער מצבֿ, אפֿשר, אַ ביסל געביטן, ווײַל דעם זומער האָט מען אין דער שטאָט גאַנץ ברייט אָפּגעמערקט זײַן 100־יאָריקן יוביליי. אַן אויסשטעלונג האָט דערציילט וועגן דעם לעבן פֿונעם פֿילאָסאָף. אַן אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ האָט אַרומגערעדט זײַן אַקאַדעמישע טעטיקייט.