אין סעפּטעמבער־נומער פֿון "ווײַטער" זײַנען מיר ממשיך צו באַקענען די לייענער מיט שטעט, וווּ דאָס ייִדישע לעבן האָט פֿאַרנומען און פֿאַרנעמט אויך הײַנט אַ וויכטיק אָרט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער טראָפּ אין אונדזער איבערזיכט ווערט געשטעלט אויף ייִדיש־טעטיקייט.

ריגע, די הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, האָט אין איר געשיכטע איבערגעלעבט אַ סך פּעריאָדן סײַ אין אַלגעמיין און סײַ ווי אַ קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע.

‫ייִדישע מאָזאַיִק

אין משך פֿון צוויי יאָר האָט מען אין ריגע רעסטאַוורירט דעם אַלטן בית-מדרש. אין דער לעטלענדישער הויפּטשטאָט איז עס די איינציקע שיל, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און איז פֿאַרבליבן אָפֿן אין די סאָוועטישע צײַטן. אין דער פֿײַערלעכער עפֿענונג, וואָס איז פֿאָרגעקומען דעם 26סטן אויגוסט, האָט זיך באַטייליקט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער מדינה, אַרײַנגערעכנט דעם פּרעזידענט, דעם פּרעמיער-מיניסטער און דעם מייאָר פֿון דער שטאָט.

קולטור־געשיכטע

אַ לעקציע פֿון געאָמעטריע אין דער ערשטער שטאָטישער ייִדישער שול אין ריגע, 1925

א

אין דער שטאָט ריגע, וואָס איז באַקאַנט ווי די הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, האָבן ייִדן זיך באַוויזן אין 16טן יאָרהונדערט. אין 18טן יאָרהונדערט, ווען ריגע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, איז געווען אַ צײַט, ווען מע האָט אַלע ייִדן אַרויסגעטריבן פֿון דער שטאָט. אָבער שפּעטער האָט מען זיי ווידער דערלויבט צו וווינען אין ריגע.

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

מאַרק (מאיר) ראַזומני (1896־1988) איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל זשאַגער, אָבער נאָך אין זײַנע קינדער־יאָרן האָבן די עלטערן זיך אַריבערגעצויגן קיין ריגע, וווּ דער קומענדיקער שרײַבער איז אויפֿגעוואַקסן און געלעבט. דעביוטירט מיט אַ נאָוועלע אין 1920, האָט ראַזומני אין משך פֿון זײַן שעפֿעריש לעבן אַרויסגעגעבן פֿיל ביכער דערציילונגען, פֿאַרצייכענונגען, פּיעסן. אַ באַזונדערן שם האָט ער זיך דערוואָרבן מיט זײַנע נאָוועלעטן, וואָס מיינט קליינע דערציילונגען. זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר לעבעדיקע בילדער־מיניאַטורן — טיפֿע מחשבֿות וועגן דערשײַנונגען פֿונעם לעבן, אָנגעשריבן מיט גרויס מײַסטערשאַפֿט.

אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט

אין נאָמען פֿון "קינדער־וועלט", בײַם בית־לייוויק, תּל־אָבֿיבֿ

דערפֿרייען די באָבע
מיט ייִדיש וואָרט,
ווי "משל־קאַפּאָשל"
סודט זיך דאָרט.