אין סעפּטעמבער־נומער פֿון "ווײַטער" זײַנען מיר ממשיך צו באַקענען די לייענער מיט שטעט, וווּ דאָס ייִדישע לעבן האָט פֿאַרנומען און פֿאַרנעמט אויך הײַנט אַ וויכטיק אָרט. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער טראָפּ אין אונדזער איבערזיכט ווערט געשטעלט אויף ייִדיש־טעטיקייט.
ריגע, די הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, האָט אין איר געשיכטע איבערגעלעבט אַ סך פּעריאָדן סײַ אין אַלגעמיין און סײַ ווי אַ קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער געשיכטע. הײַנט איז לעטלאַנד אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה אין אייראָפּע, אָבער זינט 1940, נאָך דעם פֿאַררעטערישן פּאַקט צווישן דײַטשלאַנד און ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז לעטלאַנד געוואָרן אַ טייל פֿון דער מעכטיקער סאָוועטישער אימפּעריע.
פּונקט ווי אין אַלע אַנדערע סאָוועטישע רעפּובליקן האָט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי איבערגענומען די מאַכט אין לעטלאַנד און אײַנגעשטעלט איר אָרדענונג. קודם־כּל, האָט זי אָפּגענומען בײַ דעם פֿאַרמעגלעכן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, בתוכם דעם ייִדישן, זייער האָב־און־גוטס; די ייִדישע בירגערלעכע און רעליגיעזע געזעלשאַפֿטן זײַנע געשלאָסן געוואָרן און אַרום 5,000 ייִדן האָט מען פֿאַרשיקט טיף אין רוסלאַנד אויף צוואַנג־אַרבעט אין די לאַגערן. ס'רובֿ פֿון זיי זײַנען דאָרט אומגעקומען.
צו דער צײַט, ווען היטלער־דײַטשלאַנד איז אַרײַן אין לעטלאַנד, אין יוני 1941, האָבן זיך באַוויזן צו עוואַקויִרן בלויז 15 טויזנט ייִדן. דער גרעסטער טייל איז געבליבן אין לאַנד און כּמעט אין גאַנצן פֿאַרניכטעט געוואָרן דורך די דײַטשן און די אָרטיקע לעטלענדישע נאַציאָנאַליסטן. בערך 5,000 ייִדן פֿון לעטלאַנד האָבן געקעמפֿט אין דער רויטער אַרמיי אויף די פֿראָנטן.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה זײַנען קיין לעטלאַנד, בכלל, און אין ריגע, בפֿרט, געקומען נישט ווייניק ייִדן פֿון אַנדערע סאָוועטישע רעפּובליקן און זיך דאָרט באַזעצט. אין די 1970ער יאָרן האָבן אין לעטלאַנד געוווינט אַרום 36 טויזנט ייִדן, פֿון זיי זײַנען 30,574 געווען אײַנוווינער פֿון ריגע.
צווישן די ריגער תּושבֿים, באַקאַנט געוואָרן אין דער וועלט, זײַנען געווען אַזעלכע פּערזענלעכקייטן ווי שלמה גילער, גרינדער פֿונעם אינסטיטוט פֿון אָרגאַנישן סינטעז, דאָקטוירים אלי שערפֿאַס און אַנאַטאָלי בלוגער, קינאָ־רעזשיסאָר הערץ פֿראַנק און דער וועלט־טשעמפּיאָן, שאָך־שפּילער מיכאל טאַל.
אין 1991, ווען לעטלאַנד האָט זיך אָפּגעטיילט פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָט די ייִדישע קהילה אויפֿגעלעבט. פֿון איין זײַט, האָבן די ייִדישע אַקטיוויסטן זיך גענומען צוריק אויפֿשטעלן די ייִדישע אינסטיטוציעס, וואָס זײַנען געווען פֿאַרן קומען פֿון די סאָוועטן, ווי אויך צו גרינדן נײַע אָרגאַניזאַציעס און אַסאָציאַציעס, אַזעלכע ווי "וויזאָ־רחמים", וואָס העלפֿט די עלטערע מענטשן, קראַנקע און סאָציאַל־אָפּגעשוואַכטע; די "אַסאָציאַציע פֿון מלחמה־וועטעראַנען"; די ייִדישע מעדיצינישע געזעלשאַפֿט "ביקור־חולים", די יוגנט־אָרגאַניזאַציע, וואָס לאָזט אַרויס די צײַטונג "גשרים" און אַנדערע. עס האָט אָנגעהויבן פֿונקציאָנירן אַ ייִדישע שול, אויף שמעון דובנאָווס נאָמען, מיט אַ ייִדיש־לימוד.
פֿון דער צווייטער זײַט, האָט די מערהייט פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿאַרלאָזט לעטלאַנד און זיך באַזעצט אין ישׂראל, דײַטשלאַנד, אַמעריקע און אַנדערע אימיגראַציע־לענדער.
הײַיאָר האָט די אָרגאַניזאַציע "שמיר" דורכגעפֿירט אין ריגע אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור. אין פֿאַרשידענע זאַלן זײַנען אויפֿגעטראָטן באַקאַנטע מוזיקער — כאָרן און סאָליסטן, מיט פּראָגראַמען פֿון חזנות, ייִדישע פֿאָלקס־לידער; אינעם פֿאָיע פֿונעם לעטישן אָפּערע־טעאַטער האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג "שילן אין לעטלאַנד"; עס איז פֿאָרגעשטעלט געוואָרן אַ פּראָגראַם פֿון ייִדישע לידער "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים", ווי אויך די קלעזמער־גרופּע פֿון פֿראַנקרײַך Les Mentsch.
הײַנט באַשטייט די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין לעטלאַנד בערך פֿון 14 טויזנט נפֿשות.