מאַרק (מאיר) ראַזומני (1896־1988) איז געבוירן געוואָרן אינעם ליטווישן שטעטל זשאַגער, אָבער נאָך אין זײַנע קינדער־יאָרן האָבן די עלטערן זיך אַריבערגעצויגן קיין ריגע, וווּ דער קומענדיקער שרײַבער איז אויפֿגעוואַקסן און געלעבט. דעביוטירט מיט אַ נאָוועלע אין 1920, האָט ראַזומני אין משך פֿון זײַן שעפֿעריש לעבן אַרויסגעגעבן פֿיל ביכער דערציילונגען, פֿאַרצייכענונגען, פּיעסן. אַ באַזונדערן שם האָט ער זיך דערוואָרבן מיט זײַנע נאָוועלעטן, וואָס מיינט קליינע דערציילונגען. זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר לעבעדיקע בילדער־מיניאַטורן — טיפֿע מחשבֿות וועגן דערשײַנונגען פֿונעם לעבן, אָנגעשריבן מיט גרויס מײַסטערשאַפֿט.
מיר לייגן אײַך פֿאָר אַ מוסטער פֿון אַזעלכע נאָוועלעטן, וואָס זײַנען אַרײַן אינעם בוך פֿון מאַרק ראַזומני "אַ וועלט מיט וווּנדער", דערשינען אין מאָסקווע, 1986.
אַ סך יאָרן איז פֿאַרלאָפֿן זינט יענער צײַט, ווען כ׳בין צום ערשטן מאָל אַרײַנגעדרונגען אין די סודות פֿון עבֿרי. אין משך פֿון דער צײַט ביז הײַנט האָב איך שוין באַוויזן ניט ווייניק איבערצולייענען, אָבער צי קאָן איך דען פֿאַרגעסן די לײַדנשאַפֿט, מיט וועלכער כ׳האָב אין יענע ווײַטע יאָרן זיך אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף יעדער געדרוקטער שורה און זי מיט אַ פֿאַרכאַפּטן אָטעם שטודירט, אַפֿילו רעכט ניט וויסנדיק, וואָס זי באַטײַט? און כ׳וועל אויך ניט פֿאַרגעסן, ווי איין מאָל, אין רעכטן ברען פֿון אָט דער ווילדער הנאה, בין איך פֿאַרכּישופֿט און צעטומלט געוואָרן בײַם טרעפֿן עפּעס אַן אומבאַקאַנטן, פֿאַרדרייטן אות, וואָס האָט מיר פֿאַרשטעלט דעם וועג.
— וואָס איז דאָס פֿאַר אַזאַ מאָדנער אות? — האָב איך געפֿרעגט מײַן פֿאָטער, — ווי דאַרף מען אים לייענען?
— ס׳איז ניט קיין אות, — האָט דער פֿאָטער געענטפֿערט, — דאָס איז אַ צייכן אַזאַ. פֿראַגע־צייכן רופֿט מען אים.
— און וווּ שטעלט מען אים אַוועק, אָט דעם פֿראַגע־צייכן? — האָב איך געוואָלט וויסן, — און פֿאַר וואָס איז ער פֿאַרקרימט און אויסגעדרייט, אַז ס׳כאַפּט אָן אַ רחמנות אויף אים?
האָט דער פֿאָטער מיר דערקלערט, אַז דעם פֿראַגע־צייכן שטעלט מען בײַ דעם סוף פֿון דער שורה. דעמאָלט, ווען עפּעס איז ניט קלאָר און עס פֿאָדערט זיך אַן ענטפֿער. און אויסגעקרימט און פֿאַרדרייט איז ער, אָט דער פֿראַגע־צייכן, דערפֿאַר, ווײַל ער בעט זיך, מ׳זאָל אים אויסגלײַכן, מ׳זאָל אים ראַטעווען.
— און דעמאָלט, ווען עס קומט דער ענטפֿער, — האָט דער פֿאָטער פֿאַרענדיקט, — לעבט דער פֿראַגע־צייכן אויף, ער גלײַכט זיך אויס און קריגט אַ פּנים פֿון יענעם שטעקעלע, וואָס דו זעסט דאָ שטיין אַ ביסל ווײַטער.
און ער האָט מיר אָנגעוויזן אויף אַן אַנדער צייכן, וואָס איז געשטאַנען בײַם סוף פֿון אַן אַנדער צײַל: דאָס איז געווען אַ גראַד שטעקעלע מיט אַ פּינטעלע פֿון אונטן.
— דאָס, זעסטו, — האָט ער דערקלערט, — איז אַן אויסרוף־צייכן. אַ צייכן, וואָס ווערט געבוירן דעמאָלט, ווען מען געפֿינט אַן ענטפֿער אויף דער פֿראַגע פֿון דעם קרומען פֿראַגע־צייכן.
און שטיל און פֿאַרטראַכט צוגעגעבן:
— צווישן אָט די ביידע צייכנס גייט דורך אַ גאַנץ מענטשלעך לעבן. מע פֿרעגט — און מע ענטפֿערט. אָבער ניט אַלע מאָל געפֿינט מען דעם ענטפֿער, ניט אַלע מאָל — אוי, ווי ניט אַלע מאָל! — געלינגט אויסצוגלײַכן דעם קרומען פֿראַגע־צייכן. נאָר וואָס דערצייל איך דיר דאָס? — האָט ער זיך פֿאַרכאַפּט, — שפּעטער וועסטו דאָס אַלץ אַליין אויספּרוּוון אויף זיך.
מיר זײַנען שטאַרק געווען געפֿעלן דעם פֿאָטערס אויפֿקלערונגען וועגן די ביידע צייכנס. אמת, זײַנע לעצטע ווערטער האָב איך ניט פֿאַרשטאַנען. איצט אָבער, נאָך דעם, ווי כ׳האָב שוין דורכגעשפּאַנט אַ לעבן צווישן אָט די ביידע צייכנס, פֿאַרשטיי איך שוין אויסגעצייכנט, וואָס ער האָט געמיינט. נאָר לאָמיר אַריבערגיין צו דעם, וואָס ס׳איז געשען ווײַטער, דעמאָלט, אין מײַן פֿריִער קינדהייט.
נאָך יענעם שמועס מיטן פֿאָטער האָב איך שוין אָנגעהויבן אומעטום און אין אַלץ זוכן קרומע פֿראַגע־צייכנס, כּדי זיי אויסצוגלײַכן און פֿאַרוואַנדלען אין גראַדע אויסרוף־צייכנס. אין די קינדער־יאָרן איז עס געלונגען. דעמאָלט, ווען די דערוואַקסענע האָבן מיר אַרויסגעהאָלפֿן און מיר אויסגעגלײַכט די פֿראַגע־צייכנס. אָבער אין די שפּעטערדיקע יאָרן, ווען כ׳האָב שוין געמוזט מײַן וועלטל אַליין באַשטיין, האָבן זיך פֿאַר מיר גענומען שטעלן אַלץ מער אויסגעקרימטע פֿראַגע־צייכנס, און אַלץ ווייניקער אויסרוף־צייכנס זײַנען מיר געקומען צוהילף. איז דאָס געווען דערפֿאַר, וואָס די אויסגעקרימטע זײַטן פֿון די פֿראַגע־צייכנס זײַנען געוואָרן אַלץ פֿאַרהאַרטעוועטער און פֿאַרעקשנטער און זיך שווער געלאָזט בייגן, צי מחמת דעם, וואָס מײַנע פֿינגער זײַנען מיט דער צײַט געוואָרן שוואַכער?
אָבער ווי עס זאָל ניט זײַן — כאָטש די ענטפֿערס אויף די פֿראַגעס קומען אַלץ זעלטענער, און די געהיימניספֿולע, ניט־אויסגעגלײַכטע פֿראַגע־צייכנס קוקן מיך אַלץ אָפֿטער אָן מיט געבעט און פֿאָרוווּרף, ווילט זיך מיר פֿונדעסטוועגן אַלץ האַלטן בײַ די אויסגעקרימטע זײַטן פֿון די פֿראַגע־צייכנס, און ניט אַלע מאָל אַפֿילו ווילט זיך מיר זיי אויסגלײַכן און פֿאַרוואַנדלען אין גראַדע, ניכטערע שטעקעלעך פֿון אויסרוף־צייכנס, ווײַל אַדאַנק טאַקע אָט די אויסגעקרימטע און אַזוי אָפֿט ניט פֿאַרענטפֿערטע חנעוודיקע פֿראַגע־צייכנס איז דאָס לעבן אויף דער וועלט פֿול מיט שיינקייט, אימפּעט און פֿרייד.