אַ לעקציע פֿון געאָמעטריע אין דער ערשטער שטאָטישער ייִדישער שול אין ריגע, 1925
אַ לעקציע פֿון געאָמעטריע אין דער ערשטער שטאָטישער ייִדישער שול אין ריגע, 1925
YIVO Archives

א

אין דער שטאָט ריגע, וואָס איז באַקאַנט ווי די הויפּטשטאָט פֿון לעטלאַנד, האָבן ייִדן זיך באַוויזן אין 16טן יאָרהונדערט. אין 18טן יאָרהונדערט, ווען ריגע איז געוואָרן אַ טייל פֿון דער רוסישער אימפּעריע, איז געווען אַ צײַט, ווען מע האָט אַלע ייִדן אַרויסגעטריבן פֿון דער שטאָט. אָבער שפּעטער האָט מען זיי ווידער דערלויבט צו וווינען אין ריגע. אין 19טן יאָרהונדערט איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין ריגע געוואַקסן: פֿון 5,254 נפֿשות אין יאָר 1869 ביז 22,115 אין 1897. אין יאָר 1913 האָט די צאָל ייִדן דערגרייכט 33,651. אין יענער צײַט זײַנען ס׳רובֿ ריגער ציין-דאָקטוירים געווען ייִדן, און יעדער פֿינפֿטער דאָקטער אין דער שטאָט איז געווען אַ ייִד.

אין משך פֿון אַ פּאָר יאָר האָט אין ריגע געוווינט און געאַרבעט דער דאָקטער איסידאָר (ישׂראל) עליאַשעוו (1873—1924). ווי אַ סך קינדער פֿון פֿאַרמעגלעכע ייִדישע עלטערן, איז ער אויסגעוואַקסן אין אַן אַטמאָספֿער פֿון טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט פֿון איין זײַט, און פֿון רוסיש, דײַטש און פֿראַנצויזיש פֿון דער אַנדערער זײַט. אין דער געשיכטע פֿון ייִדישער קולטור איז ער אַרײַן, אונטערן פּסעוודאָנים בעל-מחשבֿות, ווי אַ וויכטיקער ליטעראַטור-קריטיקער און רעדאַקטאָר. אין ריגע, האָט בעל-מחשבֿות רעדאַקטירט די טעגלעכע ייִדישע צײַטונג "די ייִדישע שטימע". זי איז דערשינען אַ קורצע צײַט — פֿון 13טן אויגוסט ביז דעם 21סטן אָקטאָבער 1910.

זינט 1912, האָט אין ריגע עקזיסטירט אַ "געזעלשאַפֿט צו פֿאַרשפּרייטן בילדונג". בײַ דער געזעלשאַפֿט איז געווען אַן עלעמענטאַר-שול פֿאַר ייִנגלעך און מיידלעך. אין 1917, האָט די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער שול, בעטי וווּלפֿסאָן, מיט אַ גרופּע לערערינס, באַשלאָסן אַריבערצופֿירן די שול אויף ייִדיש. אָבער אין אויגוסט 1917 איז ריגע אָקופּירט געוואָרן דורך דער דײַטשישער אַרמיי.

ב

ריגע איז געווען אין דער זאָנע, וווּ די רוסישע און דײַטשישע אַרמייען האָבן זיך געשלאָגן בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. די דײַטשישע שול-מאַכט איז געווען פֿאַראינטערעסירט אין פֿאַרשפּרייטן די דײַטשישע בילדונג. בײַ אַ סך ריגער ייִדן, בפֿרט פֿון דעם פֿאַרמעגלעכן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, איז עס וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן. אין אַזעלכע משפּחות איז דײַטש אָפֿט מאָל געווען די הויפּט-שפּראַך.

אָבער אַ טייל ייִדישע אינטעליגענטן האָבן געזען זייער שליחות אין פֿאַרשפּרייטן בילדונג אויף דער מוטער-שפּראַך פֿון די פֿאָלקסמאַסן, דאָס הייסט, אויף ייִדיש. די רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָבן זיי געהאַלטן פֿאַר אַן אָנהייב פֿון אַ נײַער תּקופֿה, ווען אַלע פֿעלקער וועלן באַקומען אַ מעגלעכקייט צו אַנטוויקלען זייער אייגענע קולטור.

אין מײַ 1918 האָבן עטלעכע ענטוזיאַסטן געשאַפֿן אַן איניציאַטיוו-גרופּע, וועלכע האָט פֿאַר זיך געשטעלט דעם ציל צו עפֿענען אַ ייִדישע שול אין ריגע. אָבער די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע האָט בשום-אופֿן ניט דערלויבט צו עפֿענען אַ שול, וווּ די לימודים וועט מען לערנען אויף ייִדיש. לויט אַלע סימנים, האָבן ייִדישע קעגנער פֿון ייִדיש זיך צונויפֿגערעדט מיט די דײַטשן, ווײַל אין אַנדערע אָקופּירטע ערטער איז די דײַטשישע אַדמיניסטראַציע, בדרך-כּלל, ניט געווען אַזוי נעגאַטיוו געשטימט צו ייִדיש.

דער מצבֿ האָט זיך געביטן, ווען די דײַטשישע אַרמיי האָט, דעם 17טן נאָוועמבער 1918, פֿאַרלאָזט די שטאָט. דעם 18טן נאָוועמבער 1918 איז לעטלאַנד פּראָקלאַמירט געוואָרן ווי אַן אומאָפּהענגיקע רעפּובליק. די נײַע מאַכט האָט דערלויבט צו עפֿענען ייִדישע שולן. אָבער צו טאָן עס גלײַך, איבערנאַכטיק, האָט מען ניט געקענט. מע האָט געדאַרפֿט געפֿינען לערער, אַגיטירן עלטערן און קינדער, באַזאָרגן די שולן מיט לערנביכער און אַנדערע נייטיקע זאַכן. אָנהייב 1919 איז ריגע אויף אַ קורצער צײַט (פֿינף חדשים) געוואָרן אַ סאָוועטישע שטאָט. און עס האָט זיך באַקומען, אַז טאַקע אין יענער צײַט האָבן זיך אין דער שטאָט געעפֿנט די ערשטע ייִדישע שולן.

ג

אָנהייב דעצעמבער 1920 האָט די ריגער קהילה דורכגעפֿירט אַ פֿאָלקס-ציילונג פֿון דער היגער ייִדישער באַפֿעלקערונג. צווישן די 30,577 אויסגעפֿרעגטע ייִדן, האָבן 24,176 (79 פּראָצענט) אָנגעגעבן ייִדיש ווי זייער מוטער-שפּראַך. בלויז 50 ריגער ייִדן האָבן געהאַלטן העברעיִש פֿאַר זייער מוטער-שפּראַך. 3,589 האָבן אָנגערופֿן רוסיש, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן, בעת 2,762 האָבן אויף דער פֿראַגע ניט געענטפֿערט.

ייִדיש האָט גענומען שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור-טעטיקייט אינעם דעמאָקראַטישן לעטלאַנד, וואָס האָט דערלויבט קולטור-אויטאָנאָמיע פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. די ייִדישע שולן האָט אויסגעהאַלטן די מלוכה. די מלוכה האָט אויך אויסגעטיילט געלט אויף צו עפֿענען אין ריגע, אין יאָר 1926, דעם "נײַעם ייִדישן טעאַטער".

די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון ריגע איז געוואַקסן. אין יאָר 1930, האָט די שטאָט געהאַט מער ווי 42 טויזנט ייִדישע תּושבֿים, אין 1935 — כּמעט 44 טויזנט, אָדער 47 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון לעטלאַנד. אין ריגע זײַנען אַרויס צענדליקער ייִדישע ביכער, ווי אויך אַ צאָל זשורנאַלן און צײַטונגען ("לעצטע נײַעס", "נײַע וועגן", "פֿרימאָרגן" און אַנדערע).

פֿאַר אַזאַ קליינעם ייִשובֿ ווי אין לעטלאַנד, איז געווען באַזונדערס וויכטיק ניט צו בלײַבן אָפּגעזונדערט פֿון דער ייִדישער וועלט. גאָר ענגע פֿאַרבינדונגען האָט מען געהאַט מיט עסטלאַנד, וווּ עס האָבן געוווינט אין גאַנצן פֿינף טויזנט ייִדן. די ייִדישיסטן פֿון לעטלאַנד האָבן געהאַט קאָנטאַקטן מיט דער "עסטלענדישער ייִדישיסטישער פֿאַראייניקונג", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אין נאָוועמבער 1928.

צוליב דעם "סיכסוך ווילנע" — דעם קאָנפֿליקט צווישן פּוילן און ליטע מכּוח ווילנע — האָבן די צוויי מדינות ניט געהאַט קיין דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. קיין פּאָסט-פֿאַרבינדונגען זײַנען אויך ניט געווען. ייִדישע אָרגאַניזאַציעס פֿון די צוויי לענדער פֿלעגן זיך אָפֿט מאָל פֿאַרבינדן דורך ריגע. די שטאָט איז געווען אויפֿן וועג צווישן מערבֿ-אייראָפּע און רוסלאַנד. די ליבהאָבער פֿון ייִדיש האָבן געהאַט די זכיה אויפֿצונעמען אַזעלכע ייִדישע שרײַבער ווי שלום אַש, פּרץ הירשביין, דוד בערגעלסאָן, שמואל ניגער און דניאל טשאַרני.