אין נאָמען פֿון "קינדער־וועלט", בײַם בית־לייוויק, תּל־אָבֿיבֿ

דערפֿרייען די באָבע
מיט ייִדיש וואָרט,
ווי "משל־קאַפּאָשל"
סודט זיך דאָרט.

ביז ער אַנטפּלעקט
וואָס ער מיינט, וואָס ער וויל:
זײַן ייִדיש־וואָרט הערן
מיט האַרץ און געפֿיל.

דערפֿרייען די באָבע,
די אייניקלעך אויך
מיט ייִדישע ווערטער
מוטיק און הויך.

אין "משל־קאַפּאָשל"
מיט קינד־און־קייט
זאָל אין ייִדישע ווערטער
געפֿינען בלויז פֿרייד!