- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מרדכי שטריגלער (1921—1998) מיט דרײַסיק יאָר צוריק איז די פּרעסטיזשע איציק מאַנגער-פּרעמיע פֿאַר ייִדישער ליטעראַטור צוגעטיילט געוואָרן דעם ייִדישן שרײַבער און זשורנאַליסט מרדכי שטריגלער. אין יענער צײַט האָט ער רעדאַקטירט דעם ניו-יאָרקער פּועלי-ציוניסטישן זשורנאַל "ייִדישער קעמפֿער". נאָכן דורכמאַכן די וועלט-מלחמה אין דער וואַרשעווער געטאָ און פֿאַרשיידענע לאַגערן, האָט מרדכי שטריגלער געוווינט אין פּאַריז, רעדאַקטירט דאָרטן די טאָג-צײַטונג "אונזער וואָרט". דאָרטן איז אין 1947 אַרויס זײַן ערשט בוך — אַ פּאָעטישע זאַמלונג ווען מע זאָגט אויף ייִדיש "וויסנשאַפֿט", מיינט מען טעטיקייטן אין אַלע אַקאַדעמישע געביטן — געשיכטע, עקאָנאָמיע, מאַטעמאַטיק, פֿיזיק וכ׳. אָבער ווען מע רעדן וועגן ייִדישער וויסנשאַפֿט, מיינט מען בדרך-כּלל ייִדישע פֿילאָלאָגיע. די ייִדישע אַקאַדעמישע אינסטיטוציעס, וועלכע האָבן פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה עקזיסטירט אין פּוילן און סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, האָבן זיך באַשעפֿטיקט דער עיקר מיט פֿילאָלאָגישע פּראָבלעמען. ס׳איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿון דער עלטסטער צײַטשריפֿט, וואָס דערשײַנט אויף דער ייִדישער שפּראַך. "די צוקונפֿט" האָט מען געגרינדעט אין יאָר 1892 ווי אַ פֿאָרום פֿאַרן סאָציאַליסטישן געדאַנק. פֿאַר די לאַנגע יאָרן פֿון זײַן עקזיסטענץ, איז דער זשורנאַל אַרויסגעגאַנגען אונטער פֿאַרשיידענע דעכער. אַ לענגערע צײַט איז עס געווען אַ שוועסטער-פּובליקאַציע פֿון "פֿאָרווערטס". אַברהם ליעסין-וואַלט (1872—1938) האָט רעדאַגירט דעם זשורנאַל זינט 1913. אַ דאַנק אים, איז "די צוקונפֿט" געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער ליטעראַטור. די צײַטונג "הײַנט" איז איינע פֿון די גרעסטע טעגלעכע צײַטונגען אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. די צאָל קאָפּיעס איז דערגאַנגען ביז 100 טויזנט עקזעמפּלאַרן. דער ערשטער נומער פֿון "הײַנט" איז אַרויס אין יאַנואַר 1908. דאָס איז, בכלל, געווען אַ בליצײַט פֿאַר דער ייִדישער זשורנאַליסטיק. די רוסישע רעגירונג האָט אין יענע יאָרן אַראָפּגענומען אייניקע דערשטיקנדיקע באַגרענעצונגען פֿאַר דער פּרעסע פֿון נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן. וואַרשע, וואָס האָט געהאַט די גרעסטע קאָנצענטראַציע פֿון ייִדישע אײַנוווינער, איז געוואָרן דער הויפּט-צענטער פֿאַר די פּעריאָדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש. אַ בשׂורה‑טובֿה[*] איז געקומען פֿון פּאַריז: דאָרטן איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל "גילגולים"[**]. דאָס איז מערסטנס אַ פּאָעטישע אויסגאַבע. אַזוי זעט אויס די ערשטע העפֿט. אין אַ געוויסן זין, שפּיגלט עס אָפּ דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש-שאַפֿונג. פּאָעזיע איז דער דאָמינירנדיקער זשאַנער צווישן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּען-מענטשן. פֿאַר וואָס דווקא פּאָעזיע? זאָלן אויף דער פֿראַגע ענטפֿערן ליטעראַטור-פֿאָרשער. אונדז פֿרייט יעדער זשאַנער, אַבי עס אַנטפּלעקט אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט. און עס פֿרייט אויך, ווען מע פֿילט דרך-ארץ צום ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט.
וועראַ קנאָרינג שטאַמט פֿון די פֿאָן-קנאָרינגס, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין רוסלאַנד נאָך בימי פּעטער דער גרויסער. זי האָט פֿאַרענדיקט דעם פּעטערבונגער (פֿריִער — לענינגראַדער) אינסטיטוט פֿון קולטור און אַרבעט אין דער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, וואָס האָט איצט דעם סטאַטוס פֿון אַ נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק. רוסישע (און ניט נאָר רוסישע) ביבליאָטעקן זײַנען באַקאַנט ווי אינסטיטוציעס, וווּ עס אַרבעטן אַ סך אויסערגעוויינטלעכע מענטשן. מע צאָלט דאָרטן זייער ווייניק, אַזוי אַז אָן ענטוזיאַזם איז שווער זיך פֿאַרהאַלטן אויף אַזאַ אַרבעט. כּדי צו האָבן אַ ביסל מער געלט, פֿלעגט וועראַ אַרבעטן אויך אין דעם גאַרדעראָב פֿון דער פֿילהאַרמאָניע. דאָרטן האָט זי זיך באַקענט מיט אַן עלטערער רוסישער פֿרוי, פּראַסקאָוויאַ איוואַנאָוונאַ קאָראָליאָוואַ, וועלכע האָט איר געזאָגט: "וועראַ, גיי און לערן העברעיִש. ס׳איז אַ גוטע שפּראַך." אין דער צערקווע (וועראַ איז אַ גלויביקע פּראַוואָסלאַוונע) האָט מען דעם געדאַנק אונטערגעהאַלטן. הקיצור, האָט זי גוט אויסגעלערנט די שפּראַך. הלל קאַזאָווסקי איז אַ באַקאַנטע פֿיגור אין די קרײַזן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדישער קונסט. אַ ישׂראלדיקער בירגער, וווינט ער אין ירושלים און אין מאָסקווע, וואָס איז די שטאָט וווּ ער איז געווען אַ תּושבֿ פֿאַר דער עליה. אין דער רוסישער הויפּט-שטאָט פֿירט ער שוין עטלעכע יאָר אַ גרויסע און וויכטיקע אַרבעט, וועלכע מוז זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַרענדיקן מיטן עפֿענען אַ גרויסן ייִדישן מוזיי. ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט Index Translationum. די ליגע פֿון נאַציעס, די פֿאָרויסגייערין פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, האָט זי זיך געשאַפֿן אין 1932 — מיט 75 יאָר צוריק. דער דאָזיקער "אינדעקס" זאַמלט אינפֿאָרמאַציע וועגן איבערזעצונגען, וועלכע גייען אַרויס איבער דער גאָרער וועלט. שלום אַש און סקאַנדאַלן אַרום אים — אַזאַ טעמע וואָלט געגעבן גענוג סחורה פֿאַר אַ דיקער מאָנאָגראַפֿיע. צוריק גערעדט, אַפֿילו איין סקאַנדאַל, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אַרום אַשס קריסטלעכע ראָמאַנען, האָט געבראַכט צום לעבן אַ באַזונדער בוך. אין יאָר 1950 האָט דער "פֿאָרווערטס"-מחבר חיים ליבערמאַן אַרויסגעגעבן זײַן בוך "שלום אַש און קריסטנטום: אַן ענטפֿער אויף זײַנע מיסיאָנערישע שריפֿטן". די דאָזיקע האַרבע קריטיק, וואָס האָט אַרײַנגעלייגט אַשן אין אַן אידעאָלאָגישן חרם, איז אַרויס אויך אויף ענגליש און העברעיִש. אַפֿילו צווישן די סאַמע איבערגעגעבענע ייִדישיסטן, האָט ד״ר מרדכי שעכטער דעם שם פֿון אַ שומר פֿון ייִדיש. ער האָט געהאַט זײַן אייגענע וויזיע פֿון "לײַטיש מאַמע-לשון". אַזוי האָט ער גערופֿן דעם נוסח פֿון ייִדיש, וואָס ער האָט זײַן גאַנץ לעבן גערייניקט פֿון "דײַטשמעריזמען" און אַנדער "מיסט". ייִדישע דעמאָגראַפֿיע ס'זעט אויס, אַז דער ליובאַוויטשער רבי איז אַמאָל געווען גערעכט מכּוח אַ -12מיליאָניקער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק האָט אָבער דעמאָלט אָנגעוויזן אַ זעקס מאָל קלענערע צאָל. אַ גוטן באַווײַז פֿון דעם פּאַראַדאָקס זעט מען אין אַרמעניע, וווּ אין די סוף 1980ער האָבן דאָרט, לויט דער סטאַטיסטיק, געוווינט אין גאַנצן 700 ייִדן. אין משך פֿון די 1990ער יאָרן זײַנען פֿון אַרמעניע אַרויסגעפֿאָרן אַרום דרײַ טויזנט נפֿשות — קיין ישׂראל און אַנדערע לענדער. און עס זײַנען פֿאַרבליבן ... פֿיר הונדערט ייִדן. דעם 27סטן דעצעמבער 2006 איז געשטאָרבן איטשע גאָלדבערג — די לעגענדאַרע פֿיגור אויף דער ניו-יאָרקער ייִדישער לאַנדשאַפֿט. זײַן נאָמען איז געוואָרן לעגענדאַר ניט נאָר ווײַל אים איז באַשערט געווען צו לעבן 102 יאָר. דער עיקר איז אָבער אַז אין משך פֿון זײַן לאַנג לעבן האָט ער אויפֿגעטאָן זייער אַ סך פֿאַר דער ייִדישער בילדונג און ליטעראַטור אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווען מע האָט אין יאָר 2004 געפֿײַערט איטשע גאָלדבערגס 100־יאָריקן יוביליי, איז עס געווען אַן אָנערקענונג פֿון זײַנע גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש — ניט בלויז פֿאַרן "לינקן סעקטאָר", וואָס איז געווען דעם בעל-שׂימחהס אידעאָלאָגישע היים. |