‫ייִדישע מאָזאַיִק

שלום אַש און סקאַנדאַלן אַרום אים — אַזאַ טעמע וואָלט געגעבן גענוג סחורה פֿאַר אַ דיקער מאָנאָגראַפֿיע. צוריק גערעדט, אַפֿילו איין סקאַנדאַל, וואָס האָט זיך אַנטוויקלט אַרום אַשס קריסטלעכע ראָמאַנען, האָט געבראַכט צום לעבן אַ באַזונדער בוך. אין יאָר 1950 האָט דער "פֿאָרווערטס"-מחבר חיים ליבערמאַן אַרויסגעגעבן זײַן בוך "שלום אַש און קריסטנטום: אַן ענטפֿער אויף זײַנע מיסיאָנערישע שריפֿטן". די דאָזיקע האַרבע קריטיק, וואָס האָט אַרײַנגעלייגט אַשן אין אַן אידעאָלאָגישן חרם, איז אַרויס אויך אויף ענגליש און העברעיִש.

די ראָמאַנען וועגן קריסטלעכער געשיכטע האָט אַש געשאַפֿן, ווען ער האָט שוין געהאַט דעם שם פֿונעם סאַמע פּאָפּולערן ייִדישן שרײַבער. עס זײַנען געווען באַמיִונגען אַרויסצובאַקומען פֿאַר אים אַ ליטעראַרישן נאָבעל-פּריז. אים האָט מען געלייענט ניט נאָר אויף ייִדיש, נאָר אויך אין איבערזעצונגען אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. זײַנע פּיעסעס האָט מען געשפּילט אין טעאַטערס. אין 1932 איז אַרויס דער פֿילם "אָנקל מאָזעס", געמאַכט אויפֿן סמך פֿון אַשס ראָמאַן, וואָס איז אַרויס אין "פֿאָרווערטס".

אָבער אויך אין דעם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן ליטעראַרישער קאַריערע האָט אַש אָנגעשריבן אַ קאָנטראָווערסאַלע פּיעסע: "גאָט פֿון נקמה". די פּיעסע איז אַרויסגעגעבן געוואָרן אין ווילנע אין יאָר 1907. מיט הונדערט יאָר צוריק איז עס געווען זייער אַ דרייסטער אײַנפֿאַל צו שאַפֿן אַ סיפּור-המעשׂה אַרום אַ שאַנדהויז. נאָך מער: די טאָכטער פֿונעם בעל-הבית פֿונעם הײַזל איז פֿאַרליבט אין איינער פֿון די פּראָסטיטוטקעס.

אין 1923 האָט מען די פּיעסע געשטעלט אויף ענגליש, אין דעם ניו-יאָרקער "אַפּאָלאָ-טעאַטער". צום ערשטן מאָל האָט מען אויף אַ בראָדוויי-בינע געוויזן אַ לעסביאַנישע ליבע. דער סוף איז געווען, אַז די טרופּע האָט מען אַרעסטירט און באַשטראָפֿט. דעם ספּעקטאַקל האָט מען פֿאַרבאָטן.

די אינטערנעץ לערנט זיך ייִדיש

אין אָקטאָבער האָט זיך אָנגעהויבן אַ וויכטיקער עקספּערימענט. עס פֿירט אים דורך די "אינטערנעץ-קאָרפּאָראַציע פֿאַר באַשטימען נעמען און נומערן", ICANN. דאָ גייט אַ רייד וועגן דעם, אַז מע וועט, סוף-כּל-סוף, דערלויבן ניט נאָר אָנצורופֿן נײַע וועב-זײַטלעך אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן, אָבער אויך שרײַבן די דאָזיקע נעמען אויף די דאָזיקע שפּראַכן. דאָס הייסט, אַז די אינטערנעץ וועט ווערן צוגעפּאַסט צו כּלערליי מינים שריפֿטן.

פֿאַרן ערשטן ברייטן עקספּערימענט האָט מען אויסגעקליבן 11 שפּראַכן: אַראַביש, גריכיש, הינדי, טאַמיליש, יאַפּאַניש, ייִדיש, פּערסיש, קאָרעיִש, רוסיש און צוויי וואַריאַנטן פֿון כינעזיש. די פּרטים וועגן דעם גאַנצן ענין קען מען לייענען — דווקא אויף ייִדיש — אויפֿן זײַטל http://idn.icann.org.

עס ווערט ניט דערקלערט, פֿאַר וואָס מע האָט באַשלאָסן צו עקספּערימענטירן מיט ייִדיש און ניט מיט העברעיִש. צי הייסט עס, אַז ייִדיש ווערט ברייטער גענוצט אין עלעקטראָנישע ספֿערן? עס לייגט זיך מער אויפֿן שׂכל אַן אַנדער דערקלערונג, דהײַנו: צווישן די עקספּערימענטאַטאָרן געפֿינט זיך אַ ליבהאָבער פֿון אונדזער שפּראַך.

אַ יום-טובֿ אין חיפֿה

אין משך פֿון דער ערשטער וואָך פֿון נאָוועמבער האָט מען אין חיפֿה דורכגעפֿירט צוויי גרויסע ייִדישע אונטערנעמונגען. ביידע זײַנען זיי געווען אָרגאַניזירט דורך דער שטאָטישער פֿאַרוואַלטונג "בית עולה", וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט פֿראַגן פֿון אַבסאָרבציע, דאָס הייסט, מיט נײַע ישׂראלדיקע בירגער.

דעם 4טן נאָוועמבער האָט אין חיפֿה געשפּילט דער תּל-אָבֿיבֿער טעאַטער "ייִדישפּיל". די פֿאָרשטעלונג האָט סובסידירט דער "בית עולה". דער זאַל איז געווען פֿול-געפּאַקט. האָט מען זיך איבערגעשראָקן, אַז דאָס האָט אויסגעשעפּט די ייִדיש-ענערגיע פֿון די חיפֿהר תּושבֿים. אָבער דער זאַל איז ווידער אַ אַמאָל געווען פֿול-געפּאַקט דעם 7טן נאָוועמבער, בשעת אַן אָוונט פֿון ייִדישער מוזיק, לידער און טענץ. דעם אָוונט האָט מען געגעבן אַ נאָמען — "אַ ייִדישע נשמה".

אויף דעם אָוונט איז געקומען דער מייאָר פֿון חיפֿה, יונה יהבֿ. ער האָט געזאָגט, אַז אים געפֿעלט די אידעע פֿון דורכצופֿירן ייִדישע קאָנצערטן און פֿאָרשטעלונגען. לויט זײַן מיינונג, איז ייִדיש געוואָרן פֿאַר אַ סך עולים אַ בריקל, וואָס האָט זיי פֿאַראייניקט מיט די אַלטגעזעסענע ישׂראלים. דער מייאָר האָט אויך געבעטן די ייִדיש-רעדערס זיי זאָלן איבערגעבן די שפּראַך ווײַטער — זייערע קינדער און אייניקלעך.

ס׳רובֿ עולים, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין די ייִדיש-אונטערנעמונגען, זײַנען געקומען קיין ישׂראל פֿון דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אָבער צוזאַמען מיט זיי איז געווען אויך אַ גרופּע רעפּאַטריאַנטן פֿון פֿראַקרײַך און אַרגענטינע.

דעם רבינס ברילן

אַלטע ברילן פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם (אין יאָר 2000) באָבאָווער רבי האָט מען אַרויסגעשטעלט אויף eBay, וואָס איז די גרעסטע אינטערנעץ-ליציטאַציע. מע בעט פֿאַר דער רעליקוויע אַזש 350,000 דאָלאַר. די ברילן האָבן זיך כּלומרשט אָפּגעהיט אין דער משפּחה פֿונעם אָפּטאָמעטריסט, בײַ וועלכן דער רבי פֿלעגט זיי באַשטעלן.

קיין בעלנים צו קויפֿן דעם סאָרט סחורה, בפֿרט פֿאַר אַזאַ פּרײַז, האָבן זיך דערווײַל ניט געפֿונען. די באָבאָווער חסידים דאַרפֿן עס ניט, ווײַל אַזאַ מיסחר וואָלט פֿאַרשטערט דעם רבינס נאָמען. אַזוי האַלט שמואל היילמאַן, אַ ניו-יאָרקער פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלאָגיע און אַן אָנערקענטער מומחה אין די פֿירונגען פֿון די הײַנטיקע חרדים.