‫ייִדישע מאָזאַיִק

ס׳איז אַרויס אַ נײַער נומער פֿון דער עלטסטער צײַטשריפֿט, וואָס דערשײַנט אויף דער ייִדישער שפּראַך. "די צוקונפֿט" האָט מען געגרינדעט אין יאָר 1892 ווי אַ פֿאָרום פֿאַרן סאָציאַליסטישן געדאַנק. פֿאַר די לאַנגע יאָרן פֿון זײַן עקזיסטענץ, איז דער זשורנאַל אַרויסגעגאַנגען אונטער פֿאַרשיידענע דעכער. אַ לענגערע צײַט איז עס געווען אַ שוועסטער-פּובליקאַציע פֿון "פֿאָרווערטס". אַברהם ליעסין-וואַלט (1872—1938) האָט רעדאַגירט דעם זשורנאַל זינט 1913. אַ דאַנק אים, איז "די צוקונפֿט" געוואָרן אַ וויכטיקער צענטער פֿון ייִדישער ליטעראַטור.

די הײַנטיקע פּובליקאַציע באַשעפֿטיקט זיך ניט מיט פּאָליטישע ענינים. אויף דעם ווײַזט אויך אָן דער אינהאַלט פֿונעם נומער, וואָס איז דאַטירט "האַרבסט 2007, ווינטער 2008". ווי תּמיד, פֿאַרנעמען דאָס צענטראַלע אָרט די אַרטיקלען, וואָס זײַנען פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ לאַנגן, אינטערעסאַנטן שמועס האָט געפֿירט מיט דער רעדאַקציע חנה מלאָטעק, די קענערין פֿון ייִדישער מוזיק. אָבער די רייד איז געגאַנגען ניט נאָר וועגן איר אייגענער פּראָפֿעסיאָנעלער טעטיקייט, ס׳איז אויך אַ געשיכטע פֿון אַ משפּחה-לעבן (צוזאַמען מיט דעם אָנגעזעענעם ייִדישן זשורנאַליסט און טוער יאָסל מלאָטעק), געווידמעט דער ייִדישער קולטור.

צו די "אַמעריקאַנער" מאַטעריאַלן געהערן אויך די אַרטיקלען פֿון אסתּר-דבֿורה קעלמאַן וועגן די סענסאַציאָנעלע ראָמאַנען אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע און אַסיאַ ווײַסמאַנס אַנאַליז פֿון די הײַנטצײַטיקע חסידישע לידער. אַנדערע אַרטיקלען, ווי אויך לידער און דערציילונגען, שפּיגלען אָפּ דאָס שעפֿערישע ייִדישע לעבן אין אונדזערע טעג. זיך אָנפֿרעגן וועגן דעם זשורנאַל קען מען לויטן אַדרעס kongres@earthlink.net.

אַ ייִדישער דאָקטאָראַט אין אָהײַאָ-אוניווערסיטעט

קאָלין מאַקאַלום-באָנאַר
קאָלין מאַקאַלום-באָנאַר

קאָלין מאַקאַלום-באָנאַר (Colleen McCallum-Bonar) איז, אַ פּנים, די ערשטע און דערווײַל די איינציקע צווישן די אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער סטודענטן, וואָס האָט זיך ערנסט פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש און ייִדישער ליטעראַטור-געשיכטע. קאָלינס וועג האָט זיך אָנגעהויבן מיט יאָרן צוריק אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, בעת אַ זומער-פּראָגראַם, וווּ זי האָט זיך אויסגעלערנט צו לייענען אויף ייִדיש.

דעם הײַיאָריקן זומער האָט זי פֿאַרטיידיקט איר דאָקטאָראַט, וואָס פֿאַרגלײַכט די ייִדישע און די אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער פּאָעזיע, געשאַפֿן אין די יאָרן 1915—1935. אין דער צײַט זײַנען די ייִדישע און שוואַרצע תּושבֿים פֿון ניו-יאָרקער האַרלעם, ווי אויך אַנדערע געגנטן און שטעט, אָפֿט מאָל געווען שכנים. די פּראָבלעמען פֿון דער שוואַרצער באַפֿעלקערונג האָבן געהאַט אַ שטאַרקן אָפּקלאַנג אין די סאָציאַליסטישע און ליבעראַלע ייִדישע קרײַזן.

דער דערפֿאָלג פֿון דער 41־יאָריקער פֿאָרשערין שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן עטאַפּ אין דער טעטיקייט פֿון דער ייִדישער פּראָגראַם בײַם אָהײַאָ-אוניווערסיטעט, אין קאָלאָמבוס. הגם די דאָזיקע פּראָגראַם עקזיסטירט שוין אַ שיין ביסל צײַט, האָט זי פֿריִער ניט געקענט זיך באַרימען מיט קיין דאָקטאָר-פֿאָרשונג וועגן ייִדיש. איצט, אָבער, איז די פּראָגראַם געוואָרן "מיט די לײַטן גלײַך". נאָך מער: זי האָט געשאַפֿן אַ שטיקל סענסאַציע.

אין אַן אינטערוויו, פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער קאָלאָמבוסער ייִדישער צײַטונג The New Standard, האָט קאָלין זיך פֿאַררופֿן אויף דעם אויסדרוק "שווער צו זײַן אַ ייִד". אַזוי הייסט דאָך שלום-עליכמס באַוווּסטע פּיעסע וועגן דעם בלוט־בילבול אין קיִעוו (בייליס-פּראָצעס) ערבֿ דער ערשטער וועלט-מלחמה. אָבער קאָלין האָט געמיינט עפּעס אַנדערש — זי האָט געמאַכט אַ ווערטער-שפּיל: "שווער צו זײַן אַ שוואַרצע פֿרוי און זיך באַשעפֿטיקן מיט ייִדיש". זי האָט דערציילט, אַז איר איז ניט איין מאָל אויסגעקומען זיך צונויפֿשטויסן מיט אַ מאָדנער רעאַקציע מצד פֿאַרשיידענע מענטשן.