|
איטשע גאָלדבערג |
|
דעם 27סטן דעצעמבער 2006 איז געשטאָרבן איטשע גאָלדבערג — די לעגענדאַרע פֿיגור אויף דער ניו-יאָרקער ייִדישער לאַנדשאַפֿט. זײַן נאָמען איז געוואָרן לעגענדאַר ניט נאָר ווײַל אים איז באַשערט געווען צו לעבן 102 יאָר. דער עיקר איז אָבער אַז אין משך פֿון זײַן לאַנג לעבן האָט ער אויפֿגעטאָן זייער אַ סך פֿאַר דער ייִדישער בילדונג און ליטעראַטור אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ווען מע האָט אין יאָר 2004 געפֿײַערט איטשע גאָלדבערגס 100־יאָריקן יוביליי, איז עס געווען אַן אָנערקענונג פֿון זײַנע גרויסע פֿאַרדינסטן פֿאַר אַלע ליבהאָבער פֿון ייִדיש — ניט בלויז פֿאַרן "לינקן סעקטאָר", וואָס איז געווען דעם בעל-שׂימחהס אידעאָלאָגישע היים.
איטשע גאָלדבערג האָט געהערט צו די "לינקע", וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַפֿרײַט פֿון דער קאָמוניסטישער דאָגמאַטישקייט. נאָך אין די 1940ער יאָרן האָט ער דערקלערט, אַז מע קאָן זײַן "לינק", "פּראָגרעסיוו", אָבער אין דער זעלבער צײַט נאַציאָנאַל-געשטימט. אין דעם אינהאַלט פֿון די פּעדאַגאָגישע פּובליקאַציעס, וואָס ער האָט אַרויסגעלאָזט, האָבן זיך באַוויזן אויך ייִדישע טראַדיציאָנעלע מאָטיוון.
זינט די מיט-1950ער יאָרן, האָט איטשע גאָלדבערג געקוקט מיט קריטישע אויגן אויף די געשעענישן אין קאָמוניסטישע לענדער. דער זשורנאַל "ייִדישע קולטור", וואָס ער האָט רעדאַגירט, האָט אָפֿט און אָפֿן געשריבן וועגן די אַנטיסעמיטישע פֿאַרברעכנס פֿון די קאָמוניסטישע רעגירונגען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און פּוילן. איטשע גאָלדבערגס אויפֿטו איז נאָך, ווי עס דאַרף צו זײַן, ניט אָפּגעשאַצט געוואָרן.
"אָרט" אין אורוגווײַ
|
אין אורוגווײַער "אָרט" |
|
די אָרגאַניזאַציע פֿאַר פּראָפֿעסיאָנעלער בילדונג פֿון ייִדן, "אָרט", איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1880. געווען איז עס אין פּעטערבורג, רוסלאַנד. אַ גרופּע רײַכע לײַט און אינטעליגענטן האָבן דעמאָלט גענומען אויף זיך דעם שליחות צו העלפֿן די ייִדן ניט דורך געבן זיי צדקה, נאָר דורך געבן זיי אַ פֿאַך.
זינט 1921 עקזיסטירט דער "אָרט" ווי אַן אָרגאַניזאַציע, וואָס איז טעטיק איבער דער גאַנצער וועלט. אין יענע יאָרן זײַנען בראָש פֿון דער אָרגאַניזאַציע געשטאַנען מענטשן מיט גרויסע סימפּאַטיעס צו ייִדיש, צו דער שפּראַך פֿון פּשוטע ייִדן. סײַ די אויסגאַבעס פֿון "אָרט", סײַ די פּראָפֿעסיאָנעלע שול, וואָס דער "אָרט" האָט דעמאָלט געשאַפֿן, זײַנען בדרך-כּלל געווען אין ייִדיש.
אין אורוגווײַ האָט דער "אָרט" אָנגעהויבן אַרבעטן רעלאַטיוו שפּעט — אין מײַ 1942. אין יולי 1943 האָט מען דאָרט געעפֿנט אַ טעכנישע שול. דער הויפּט-ציל איז דעמאָלט געווען צו העלפֿן די ייִדישע אימיגראַנטן צו אינטעגרירן זיך אין דער היגער געזעלשאַפֿט. אָבער שפּעטער זײַנען די פֿונקציעס פֿונעם אורוגווײַער "אָרט" געוואָרן ברייטער.
אין די 1980ער יאָרן איז דער "אָרט" געוואָרן אין אורוגווײַ די גרעסטע ניט-רעגירונג-אָרגאַניזאַציע פֿון טעכנישער דערציִונג. הײַנט איז פֿון דער טעכנישער שול אויסגעוואַקסן אַ צעצווײַגטער פּריוואַטער אוניווערסיטעט אין לאַנד. דער אוניווערסיטעט האָט פֿינף אָפּטיילן, אין וועלכע עס לערנען זיך מער ווי 5,000 סטודענטן.
די באַציִונג צו ייִדן אין אוקראַיִנע
אין אוקראַיִנע וווינען הײַנט בערך 100,000 ייִדן. אייניקע האַלטן, אַז די "אמתע" ייִדישע באַפֿעלקערונג איז גרעסער. אַזוי צי אַזוי, אָבער דאָס איז בלויז אַ קליינער טייל פֿון דעם אַמאָליקן אוקראַיִנער ייִדנטום. דער חורבן, עמיגראַציע און אַסימילאַציע האָבן אויסגעליידיקט די ייִדישע קהילות; אָבער די אוקראַיִנער פֿאַרגעסן ניט וועגן די ייִדן. בפֿרט נאָך, אַז ניט ווייניק ייִדן שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין דער פּאָליטיק און עקאָנאָמיע פֿון דעם סלאַווישן לאַנד.
אַן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט אין האַרבסט 2006, האָט געוויזן, אַז 37 פּראָצענט אוקראַיִנער ווילן ניט האָבן קיין ייִדן צווישן די בירגער פֿון זייער לאַנד. באַזונדערס קעגנעריש זײַנען געשטימט די יונגע לײַט, אין עלטער פֿון 18—20 יאָר. די באַציִונג צו ייִדן, ווי מיט-בירגער, איז בכלל ערגער געוואָרן זינט די מיט-1990ער יאָרן. אין יאָר 1994, בעת אַן ענלעכן אויספֿרעג, האָבן 26 פּראָצענט אוקראַיִנער זיך אַרויסגעזאָגט קעגן די ייִדן ווי בירגער פֿון זייער מדינה.
ווען מען האָט די רעספּאָנדענטן געפֿרעגט, צי זיי זײַנען גרייט זיך צו חבֿרן מיט אַ ניט-אוקראַיִנער, האָבן 23 פּראָצענט געענטפֿערט פּאָזיטיוו וועגן רוסישע חבֿרים, 12 פּראָצענט — וועגן ייִדישע חבֿרים. אָבער ווייניקער פֿון 8 פּראָצענט האָבן געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז זייער פֿרײַנד איז אַן אַמעריקאַנער. אַ סבֿרא, אַז פֿאַר אַ סך אוקראַיִנער איז "טאָפּלט שרעקלעך", נעבעך, צו חבֿרן זיך מיט אַ ייִד און דערצו נאָך פֿון אַמעריקע.