אַ בשׂורה‑טובֿה[*] איז געקומען פֿון פּאַריז: דאָרטן איז אַרויס דער ערשטער נומער פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן זשורנאַל "גילגולים"[**]. דאָס איז מערסטנס אַ פּאָעטישע אויסגאַבע. אַזוי זעט אויס די ערשטע העפֿט. אין אַ געוויסן זין, שפּיגלט עס אָפּ דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש-שאַפֿונג. פּאָעזיע איז דער דאָמינירנדיקער זשאַנער צווישן די הײַנטצײַטיקע ייִדישע פּען-מענטשן.

פֿאַר וואָס דווקא פּאָעזיע? זאָלן אויף דער פֿראַגע ענטפֿערן ליטעראַטור-פֿאָרשער. אונדז פֿרייט יעדער זשאַנער, אַבי עס אַנטפּלעקט אַ ליטעראַרישן טאַלאַנט. און עס פֿרייט אויך, ווען מע פֿילט דרך-ארץ צום ייִדישן ליטעראַרישן וואָרט.

סײַ טאַלאַנט און סײַ גרויס דרך-ארץ צו ליטעראַטור פֿילט מען אין דער נײַער צײַטשריפֿט. זײַן רעדאַקטאָר איז זשיל ראָזיע, אַ דערפֿאַרענער פֿראַנצייזישער שרײַבער. דער בעל-יועץ פֿאַר שפּראַך איז יצחק ניבאָרסקי, וואָס איז באמת אַ לעגענדאַרע פֿיגור אין די קרײַזן פֿון ייִדיש-ליבהאָבער. (ער איז אַ דיכטער אויך.) דער פֿאַקט אַליין פֿון האָבן אַזאַ בעל-יועץ בײַם זשורנאַל ווײַזט דעם אָפּשײַ פֿאַר ייִדיש, וואָס איז הײַנט, צום באַדויערן, אַ גאַנץ זעלטענע דערשײַנונג.

צוריק גערעדט, איז אַזאַ אָפּשײַ זייער כאַראַקטעריש פֿאַר דער סבֿיבֿה, וואָס גרופּירט זיך אַרום דער פּאַריזער ייִדישער "מעדעם-ביבליאָטעק". דאָס איז הײַנט דער גרעסטער צענטער פֿאַר ייִדיש אין אייראָפּע. פֿון דאָרטן שטאַמען ניט ווייניק וויכטיקע, געלונגענע פּראָיעקטן. מיט אַנדערע ווערטער, איז עס גאָר ניט צופֿעליק, וואָס אַ נײַער זשורנאַל איז אַרויס טאַקע אונטערן דאַך פֿון דער "מעדעם-ביבליאָטעק".

מער פּרטים וועגן דער נײַער אויסגאַבע, און דעם אינהאַלט פֿון דעם ערשטן נומער, קען מען געפֿינען אויפֿן אינטערנעץ-אַדרעס www.gilgulim.org.

אַן אינטערנעץ-ביבליאָטעק פֿון ייִדישע דערציילונגען

דער אוניווערסיטעט אין חיפֿה איז אַ וויכטיקער אַדרעס פֿאַר ייִדיש. און עס האָט אויך אַ גוט-אַנטוויקלטן אינטערנעץ-אַרכיוו (yiddish.haifa.ac.il) . צווישן די מאַטעריאַלן איז דאָ אַ היפּשע צאָל דערציילונגען פֿון ייִדישע שרײַבער, אַזעלכע ווי שלום-עליכם, י.ל. פּרץ, מענדעלע מוכר-ספֿרים און דוד בערגעלסאָן. די דערציילונגען קען מען איבערלייענען און הערן אויף ייִדיש. די טעקסטן לייענט פֿאָר שׂרה בלאַכער-רעטער, אַ ווילנער-געבוירענע סאָציאַלע אַרבעטאָרין.

"סלאַווישער אַלמאַנאַך" —
Slavic Almanac

אַקאַדעמישע זשורנאַלן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט סלאַווישע פֿאָרשונגען, דרוקן פֿון מאָל צו מאָל אַרטיקלען וועגן ייִדיש, ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. אָבער דער דרום-אַפֿריקאַנער "סלאַווישער אַלמאַנאַך" דרוקט אַזעלכע אַרטיקלען שיִער ניט אין יעדן נומער. פֿאַרבונדן איז עס מיט דעם וואָס איינער פֿון די רעדאַקטאָרן, יוסף שערמאַן (איצט אַרבעט ער אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד), איז אַ באַקאַנטער ייִדישער ליטעראַטור-קענער און איבערזעצער פֿון ייִדיש אויף ענגליש.

אין דעם פֿרישן נומער פֿונעם אַלמאַנאַך (באַנד 13, נומ׳ 2) זײַנען דאָ צוויי אַרטיקלען, געווידמעט דער ייִדישער ליטעראַטור-געשיכטע. יוסף שערמאַן שרײַבט וועגן דעם קאָמישן גראָטעסק אין די ווערק פֿון יצחק-מאיר ווײַסענבערג (1881–1938). שערמאַנס אָקספֿאָרדער קאָלעגע, קערסטין האָג, איז אַ שפּראַכקענערין, אָבער די לעצטע צײַט באַשעפֿטיקט זי זיך מיט דער געשיכטע פֿון קינדער-ליטעראַטור אויף ייִדיש. די העלדין פֿון איר אַרטיקל אין "סלאַווישן אַלמאַנאַך" איז העלענע כאַצקעלעס (1882–1973), אַ ייִדישע לערערין אין ליטע און אַ קינדער-שרײַבערין. כאַצקעלעס האָט איבערגעזעצט ווערק פֿון אַנדערע שפּראַכן און באַשריבן איר אייגענע דערפֿאַרונג פֿון אַרומרײַזן איבער דער וועלט.



[*] בשׂורה־טובֿה — אַ גוט נײַעס
[**] גילגולים (גילגול) — מעטאַמאָרפֿאָזעס