ס׳איז פֿאַראַן אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציע, וואָס הייסט Index Translationum. די ליגע פֿון נאַציעס, די פֿאָרויסגייערין פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, האָט זי זיך געשאַפֿן אין 1932 — מיט 75 יאָר צוריק. דער דאָזיקער "אינדעקס" זאַמלט אינפֿאָרמאַציע וועגן איבערזעצונגען, וועלכע גייען אַרויס איבער דער גאָרער וועלט.
עד-היום זײַנען אין דער אינפֿאָרמאַציע-באַזע צוזאַמענגענומען געוואָרן ידיעות וועגן ווערק פֿון מער ווי 250 טויזנט מחברים. באַזונדערס אָפֿט האָט מען איבערגעזעצט אַזעלכע מחברים ווי אַגאַטאַ קריסטי, וולאַדימיר לענין, וויליאַם שעקספּיר און סטיווען קינג. דורך דער אינטערנעץ קען מען דערווײַל האָבן אַ דירעקטן צוטריט נאָר צו די 1,700,000 איבערגעזעצטע ביכער, וועלכע זײַנען אַרויס זינט 1979.
אונטער דעם פֿאַמיליע-נאָמען "זינגער" געפֿינט מען אין דעם "אינדעקס" 388 ביכער, וואָס זײַנען פֿאַררעכנט געוואָרן ווי איבערזעצונגען פֿון ייִדיש. בלויז עטלעכע פֿון זיי געהערן צו י. י. זינגער. דער גרעסטער טייל טיטלען שטעלן מיט זיך פֿאָר אויסגאַבעס פֿון זײַן באַרימטן ייִנגערן ברודער, יצחק באַשעוויס-זינגער. צווישן די איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, וואָס זײַנען אַרויס אין 1979 און שפּעטער, געפֿינט מען אויך 15 קינדער-ביכער פֿון דעם סאָוועטישן דיכטער לייב קוויטקאָ, 14 ביכער פֿונעם ראָמאַניסט שלום אַש און 10 ביכער פֿונעם דיכטער אַברהם סוצקעווער. ניט שלעכט זײַנען אויך פֿאָרגעשטעלט שיקע דריז (9), דוד בערגעלסאָן (8), ש. אַנ־סקי (8), דער ניסתּר (7), יהודה עלבערג (7) און אַהרן ווערגעליס (7).
בסך-הכּל, פֿאַרנעמען איבערזעצונגען פֿון ייִדיש דאָס 39סטע אָרט. דאָס איז גאָר ניט שלעכט, אויב מע פֿאַרגלײַכט עס מיט די איבערזעצונגען פֿון אַזעלכע אַקטיווע ליטעראַרישע שפּראַכן ווי העברעיִש (דאָס 20סטע אָרט), כינעזיש (21), אוקראַיִניש (32), ליטוויש (37), מאָלדאַוויש (38), הינדי (41) און גרוזיניש (47). דער עיקר, זעצט מען איבער פֿון ענגליש, פֿראַנצויזיש, דײַטש, רוסיש, איטאַליעניש און שפּאַניש.
די לענדער, וווּ מע דרוקט באַזונדערס אַ סך איבערזעצונגען, זײַנען דײַטשלאַנד, שפּאַניע, פֿראַנקרײַך, יאַפּאַן, האָלאַנד, דענמאַרק, איטאַליע און בראַזיל. די פֿאַראייניקטע שטאַטן געפֿינען זיך אין דער דאָזיקער רשימה אויפֿן 13טן אָרט, רוסלאַנד איז אויפֿן 19טן, גרויס-בריטאַניע — אויפֿן 28סטן, איראַן — אויפֿן 31סטן, ישׂראל — אויפֿן 36סטן.
דער דאַרטמוט-אַרכיוו פֿון ייִדישן קלאַנג
דאָס וואָרט "קלאַנג" קען באַטײַטן אינפֿאָרמאַציע, וואָס איז באַזירט אויף ניט-פֿאַרלאָזלעכע קוואַלן. למשל, "עס גייען אַרום קלאַנגען, אַז ער האָט אַ ווײַב און אַ קינד אין ניו-יאָרק". וועגן אַזעלכע קלאַנגען רעדן מיר דאָ ניט. אין אונדזער פֿאַל גייט די רייד וועגן די רעקאָרדירונגען פֿון קלאַנגען, וואָס רופֿן ניט אַרויס קיין ספֿקות, דהײַנו: אַזעלכע קלאַנגען ווי ניגונים און לידער.
לויִס גלינערט, אַ פּראָפֿעסאָר אין דאַרטמוט-קאָלעדזש, איז אַן ענטוזיאַסט פֿון ייִדיש, כאָטש פּראָפֿעסיאָנעל באַשעפֿטיקט ער זיך, דער עיקר, מיט העברעיִש. אין די 1990ער יאָרן, ווען ער האָט געאַרבעט אין דער שול פֿון אָריענטאַלע און אַפֿריקאַנער שטודיעס (בײַם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט), האָט ער איניציִיִרט דאָרטן אַ ייִדיש-פּראָגראַם. אין 1997 איז אַרויס זײַן בוך Mamme Dear: A Turn-of-the-Century Collection of Model Yiddish Letters, וואָס איז וועגן די אַזוי-גערופֿענע "בריוונשטעלערס" — די אייגנאַרטיקע האַנטביכער, וואָס לערנען ווי אַזוי צו שרײַבן בריוו.
מיט אַ יאָר צען צוריק האָט לויִס גלינערט זיך באַזעצט אין אַמעריקע. אויפֿן נײַעם אָרט האָט זיך ווידער, אַ דאַנק אים, אַנטוויקלט אַ פּראָיעקט, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט ייִדיש. דער Dartmouth Jewish Sound Archive נעמט אַרײַן אַרום 8,000 רעקאָרדירונגען, אַ טויזנט פֿון זיי זײַנען אויף ייִדיש. דאָס זײַנען ראַדיאָ-פּראָגראַמען, לידער, מוזיק און מאָנאָלאָגן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעהיט אין פֿאַרשיידענע קאָלעקציעס. נאָך מער: דער אַרכיוו איז גרייט אַרײַנצונעמען אין זײַן זאַמלונג נײַע רעקאָרדירונגען און פֿאַרבעט אַלעמען צו העלפֿן אין דער דאָזיקער אונטערנעמונג.
דעם רײַכן קאַטאַלאָג פֿונעם אַרכיוו קען יעדער איינער לייענען אויפֿן וועבזײַטל www.dartmouth.edu/~djsa. אָבער מע דאַרף באַקומען אַ פּערזענלעכע דערלויבעניש, כּדי צו האָבן אַ צוטריט (דירעקט דורך אינטערנעץ) צו די רעקאָרדירונגען גופֿא. אַ חוץ די מיטגלידער פֿונעם דאַרטמוט-קאָלעדזש, קען אַזאַ דערלויבעניש באַקומען אויך אַ סטודענט צי אַ געלערנטער, וואָס איז ניט אַפֿיליִיִרט מיטן קאָלעדזש.
מיט הונדערט יאָר צוריק: "קענעדער אָדלער"
סוף נאָוועמבער האָט אין מאָנטרעאָל געהאַלטן אַ רעפֿעראַט דער פּראָפֿעסאָר פּיער אַנקטיל פֿון דעם אָטאַווער אוניווערסיטעט. זײַן רעפֿעראַט האָט ער געווידמעט הירש וואָלאָפֿסקי, דעם גרינדער פֿון דער מאָנטרעאָלער ייִדישער צײַטונג "קענעדער אָדלער" (1907—1988). פּיער אַנקטיל איז אַ פֿירנדיקער פֿאָרשער פֿון דער קאַנאַדער ייִדישער געשיכטע און אַן איבערזעצער אויף פֿראַנצויזיש אַ צאָל זכרונות פֿון ייִדישע ליטעראַטן.
הירש וואָלאָפֿסקי (1878—1949), איינער פֿון די זכרונות-שרײַבער, איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן. קיין מאָנטרעאָל איז ער געקומען אין 1900. די ערשטע צײַט איז ער געווען אַ קרעמער. אָבער זיבן יאָר נאָך זײַן אָנקומען קיין קאַנאַדע, האָט ער געגרינדעט די ערשטע טעגלעכע (שפּעטער — וועכנטלעכע) ייִדישע צײַטונג אין לאַנד. די צײַטונג האָט אין די קומענדיקע אַכט יאָרצענדליק געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין ייִדישן לעבן פֿונעם לאַנד. זי האָט אויפֿגעהערט אַרויסצוגיין אין 1988.
בײַם אָנהייב איז וואָלאָפֿסקי געווען סײַ דער פֿאַרלעגער, סײַ דער רעדאַקטאָר. אין די שפּעטערדיקע יאָרן האָט דער "קענעדער אָדלער" געהאַט אַ צאָל רעדאַקטאָרן. אַ לענגערע צײַט, אין די יאָרן 1932—1957, איז בײַם רודער פֿון דער צײַטונג געשטאַנען דער זשורנאַליסט ישׂראל ראַבינאָוויטש.