אַפֿילו צווישן די סאַמע איבערגעגעבענע ייִדישיסטן, האָט ד״ר מרדכי שעכטער דעם שם פֿון אַ שומר פֿון ייִדיש. ער האָט געהאַט זײַן אייגענע וויזיע פֿון "לײַטיש מאַמע-לשון". אַזוי האָט ער גערופֿן דעם נוסח פֿון ייִדיש, וואָס ער האָט זײַן גאַנץ לעבן גערייניקט פֿון "דײַטשמעריזמען" און אַנדער "מיסט".
ווי עס מאַכט זיך זייער אָפֿט אין אַזעלכע פֿאַלן, זײַנען ניט אַלע געווען צופֿרידן מיט זײַן שטרענגן צוגאַנג צום אויסלייג און ווערטער-באַניץ. אַזאַ רעאַקציע איז, אין תּוך אַרײַן, נאַטירלעך. מענטשן, סײַדן זיי זײַנען מאַזאָכיסטן, האַלטן זיך וואָס ווײַטער פֿון אַ קאַנטשיק.
אָבער מרדכי שעכטערס "קאַנטשיק" האָט פֿון דעסטוועגן "אַרויסגעקלאַפּט" אַ סך ווערטער; ער האָט אויך "אַרײַנגעקלאַפּט" אַ צאָל ווערטער, וועלכע מע נוצט הײַנט און מע באַמערקט ניט אַפֿילו, אַז זיי זײַנען רעלאַטיוו נײַ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַ דאַנק מרדכי שעכטערן זײַנען צענדליקער מענטשן געוואָרן הייסע ליבהאָבער פֿון ייִדיש. בכלל, אָן דערמאָנען זײַן נאָמען קען מען ניט רעדן וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדיש (בפֿרט אין אַמעריקע) אין די לעצטע יאָרצענדליקער פֿון צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און אין די ערשטע יאָרן פֿון איצטיקן יאָרהונדערט.
אין די יאָרן 1979—2003 האָט מרדכי שעכטער רעדאַגירט דעם זשורנאַל "אויפֿן שוועל". איצט גייט ער אַרויס אונטער דער רעדאַקציע פֿון ד״ר שבֿע צוקער. דער האַרבסט-נומער 2007 איז אין גאַנצן געווידמעט דעם לעבן און שאַפֿן פֿונעם איבערגעגעבענעם היטער פֿון ייִדיש.
ייִדיש אין מינסק
קיין סך ייִדן זײַנען ניט פֿאַרבליבן אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ עס איז גלײַך ווי פֿאַרגליווערט געוואָרן אַ מין סאָוועטישע סיסטעם. ס׳איז דאָס איינציקע רעשטל פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ דער טאָג פֿון דער באָלשעוויסטישער רעוואָלוציע איז נאָך אַלץ אַ נאַציאָנאַלער יום-טובֿ. מע האָט, אָבער, אַרעסטירט עטלעכע מינסקער יחידים, וועלכע האָבן געפּרוּווט פּראַווען די חגא "האַלאָווין". אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען הערט מען אויך פֿון יענע מקומות. דאָך, עפּעס אַ ייִדיש לעבן גייט אין מינסק אָן ווײַטער.
די ביבליאָטעק פֿון דער מינסקער ייִדישער געזעלשאַפֿט "אמונה" האָט באַקומען אַ מתּנה פֿון דעם אַמעריקאַנער "דזשוינט": 25 אוידיאָ-ביכער אויף ייִדיש. דאָס זײַנען וואָקאַליזירטע ווערסיעס, אויף קאָמפּאַקטלעך, פֿון אַ צאָל ווערק פֿון אַזעלכע מחברים ווי משה קולבאַק, יצחק באַשעוויס-זינגער, דוד בערגעלסאָן, שלום-עליכם און שלום אַש.
אין מינסק איז אויך פֿאַראַן אַ ייִדישע געזעלשאַפֿט, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון איזי כאַריק. דער דאָזיקער ייִדישער דיכטער איז געווען צווישן די באַקאַנטסטע נעמען אויף דער רײַכער ווײַסרוסיש-ייִדישער ליטעראַרישער לאַנדשאַפֿט פֿון די 1920ער און 1930ער יאָרן. אין 1937 איז כאַריק אומגעקומען פֿון די הענט פֿון סטאַלינס תּלינים.
ייִדישע וויסנשאַפֿט
דער הײַיאָריקער יוני-נומער פֿון זשורנאַל Science in Context ("וויסנשאַפֿט אין קאָנטעקסט") איז אין גאַנצן געווידמען די פֿראַגן פֿון ייִדיש. דער אינטערנאַציאָנאַלער זשורנאַל, וואָס גייט אַרויס אין קעמברידזש, ענגלאַנד, האָט צום ערשטן מאָל פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿולע ענגלישע איבערזעצונג פֿון בער באָראָכאָווס אַרטיקל "די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע".
בער באָראָכאָוו איז מער באַקאַנט ווי אַ לעגענדאַרע פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון פּועלי-ציוניזם. אַ סך ווייניקער ווייסט מען וועגן זײַן אינטערעס צו ייִדיש. דער אַרטיקל "די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע", וואָס איז אַרויס אין יאָר 1913, האָט פֿאַרלייגט אַ יסוד פֿאַר ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען פֿון דער שפּראַך און ליטעראַטור. וויכטיק זײַנען אויך די קאָמענטאַרן פֿון באַרי טראַכטענבערג. אַ פּראָפֿעסאָר פֿון אָלבאַני-אוניווערסיטעט, באַשעפֿטיקט זיך טראַכטענבערג מיט דער געשיכטע פֿון ייִדישער וויסנשאַפֿט.
דער זשורנאַל איז כּולל אויך זיבן אַנדערע אַרטיקלען וועגן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער טעמע "ייִדיש און וויסנשאַפֿט": געשיכטע, ליטעראַטור-קענטעניש, פֿיזיק, פֿילאָסאָפֿיע, שפּראַך-קענטעניש, דעמאָגראַפֿיע און עקאָנאָמיע. אַן אינטערנעץ-צוטריט צום זשורנאַל קען מען באַקומען דורך journals.cambridge.org
ייִדיש-סטודענטן אין אַמעריקע
די אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון מאָדערנע שפּראַכן האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די סטאַטיסטיק פֿון שפּראַך-קורסן אין קאָלעדזשן און אוניווערסיטעטן פֿון לאַנד. די רייד גייט וועגן האַרבסט 2006, און מע פֿאַרגלײַכט עס מיט האַרבסט 2002. די גרעסטע צאָל סטודענטן ווילן לערנען די ווײַטערדיקע זיבן שפּראַכן: שפּאַניש, פֿראַנצויזיש, דײַטש, איטאַליעניש, יאַפּאַניש, כינעזיש און רוסיש.
אין פֿאַרגלײַך מיט 2002, איז די צאָל סטודענטן וואָס לערנען ייִדיש אויסגעוואַקסן פֿון 438 ביז 969. מיר ווייסן ניט, וואָס די דאָזיקע ציפֿערן מיינען. די האָפֿענונג איז, אַז דאָס זײַנען, דער עיקר, ערנסטע קלאַסן מיט ערנסטע טעסטן און עקזאַמענס. ס׳איז באַוווּסט, אָבער, אַז צו מאָל גיבן אַזעלכע קלאַסן זייער ווייניק קענטעניש פֿון דער שפּראַך און אַז מע נעמט זיי אויף ניט גענונג ערנסט.
אַ זאָרג רופֿט אַרויס די צאָל סטודענטן, וואָס לערנען ייִדיש ווי אַ טייל פֿון גראַדויִר-קלאַסן: אין גאַנצן 44. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, מער פֿון די 24 סטודנעטן אין יאָר 2002. אָבער סײַ ווי סײַ ווײַזט עס, אַז ווייניק סטודענטן דערגרייכן אַ באמת הויכן ניוואָ פֿון לערנען די שפּראַך.