- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער זשורנאַל “אויפֿן שוועל" גייט אַרויס אין ניו-יאָרק זינט יאָר 1940. זײַן אויפֿקום איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טעריטאָריאַליסטישער באַוועגונג, אָדער — פּינקטלעכער — מיט דעם ייִדישן נעאָ-טעריטאָריאַליזם. די טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג איז געווען אַקטיוו, דער עיקר, אין די ערשטע צוויי יאָרצענדליק פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. זי האָט געהאַט פֿאַרשיידענע בײַ-שטראָמען: מאַרקסיסטישע, אַנאַרכיסטישע וכ׳. אָבער דער הויפּט-ציל איז, אין תּוך, געווען דער זעלבער: צו שאַפֿן ערגעץ אַ מדינה צי, לכל-הפּחות, אַן אויטאָנאָמע טעריטאָריע, און אויפֿצובויען דאָרטן אַ מאָדערנע נאַציאָנאַלע, ייִדיש-רעדנדיקע היים פֿאַר מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן. די נעאָ-טעריטאָריאַליסטישע באַוועגונג האָט זיך באַוויזן אין די מיט-1930ער יאָרן. זי האָט אָפּגעשפּיגלט די אַטמאָספֿער און באַדערפֿענישן פֿון יענער צײַט, ווען ס׳איז באַזונדערס שאַרף געשטאַנען די פֿראַגע פֿון געפֿינען אַ מקום-מיקלט פֿאַר ייִדישע פּליטים פֿון אייראָפּע. די רייד איז געגאַנגען ניט נאָר וועגן דײַטשלאַנד, אָבער אויך וועגן פּוילן, רומעניע, ליטע און לעטלאַנד, וווּ דער מצבֿ פֿאַר די ייִדן איז געווען זייער אַ שווערער. די ערשטע רעדאַקטאָרן פֿון דעם זשורנאַל “אויפֿן שוועל" זײַנען געווען די צוויי פֿירנדיקע פֿיגורן צווישן די טעריטאָריאַליסטן. דער ערשטער רעדאַקטאָר, בן-אַדיר (פּסעוודאָנים פֿון אַבֿרהם ראָזין, 1878—1942), איז געווען אַ ייִדיש-טוער מיט סטאַזש. דער צווייטער רעדאַקטאָר, יצחק-נחמן שטיינבערג (1888—1957), איז תּחילת געווען אַ מיטגליד פֿון דער אַלגעמיינער רעוואָלוציאָנערער באַוועגונג אין רוסלאַנד און אַ קורצע צײַט — אַפֿילו אַ מיניסטער אין לענינס רעגירונג. אַן אַנדער ריכטונג האָט דער זשורנאַל באַקומען אונטער דער רעדאַקציע פֿון מרדכי שעכטער (1927—2007). אין 1979 האָט שעכטער איניציִיִרט די גרינדונג פֿון “ייִדיש-ליגע", וואָס האָט גענומען אויף זיך פֿאַרשיידענע פֿליכטן אין שײַכות מיטן גורל פֿון ייִדיש (זען www.leagueforyiddish.org). הײַנט רעדאַקטירט דעם זשורנאַל “אויפֿן שוועל" די באַקאַנטע טוערין פֿון ייִדישער בילדונג שבֿע־איטע צוקער. Jewish Currents דער דאָזיקער זשורנאַל גייט אַרויס אין ניו-יאָרק אויף ענגליש, אָבער איז תּמיד געווען נאָענט צו ייִדיש-רעדנדיקע קרײַזן. דער זשורנאַל האָט זיך באַוויזן סוף 1946, אונטערן נאָמען Jewish Life, געדרוקט דורך דער ייִדישער טאָג־צײַטונג “מאָרגן-פֿרײַהייט". הגם די דאָזיקע צײַטונג איז אין יענער צײַט געווען כּלומרשט אומאָפּהענגיק, איז עס נישט געווען קיין סוד, אַז זי האָט באַדינט די ייִדישע קאָמוניסטן און זייערע סימפּאַטיקער. אין 1957, נאָכן דערוויסן זיך וועגן די סטאַליניסטישע גזירות, האָט מען באַשלאָסן צו בײַטן דעם נאָמען פֿונעם זשורנאַל. זינט 1958 הייסט ער Jewish Currents. סעמאַנטיש, קלינגען ביידע טיטלען נייטראַל. אָבער מיטן בײַטן דעם נאָמען האָט מען געוואָלט אונטערשטרײַכן, אַז סײַ די רעדאַקטאָרן און סײַ די לייענער זײַנען געוואָרן טאַקע אומאָפּהענגיק פֿון מאָסקווע. אין דער אמתן, איז עס געווען אַ פּראָצעס, וואָס האָט געדויערט ביז אָנהייב 1970ער יאָרן. דעמאָלט האָט אי דער זשורנאַל, אי זײַן שוועסטער-פּובליקאַציע “מאָרגן-פֿרײַהייט" סוף-כּל-סוף איבערגעריסן די פֿאַרבינדונגען מיט דער פּראָ-סאָוועטישער באַוועגונג. Jewish Currents האָט איבערגעלעבט די צײַטונג “מאָרגן-פֿרײַהייט", וועלכע האָט אויפֿגעהערט אַרויסצוגיין זינט סעפּטעמבער 1988. אין 2005 האָט די רעדאַקציע זיך צונויפֿגערעדט מיטן “אַרבעטער-רינג", אַז דער זשורנאַל וועט אַרויסגיין אונטערן דאַך פֿון דער אָרגאַניזאַציע, כאָטש היסטאָריש זײַנען דאָס געווען אידעאָלאָגישע קעגנער. אָבער דער מאַרץ-אַפּריל-נומער פֿון Jewish Currents וועט זײַן דער לעצטער פּראָדוקט פֿון אַזאַ שותּפֿות. דער “אַרבעטער-רינג" האָט באַשלאָסן, אַז פֿינאַנציעל קען ער זיך מער ניט פֿאַרגינען אַזעלכע הוצאָות. די ניו-יאָרקער חסידישע צײַטונגען אין יאָר 1953 האָט זיך געביטן דער מצבֿ פֿון דער ניו-יאָרקער ייִדישער פּרעסע. אין דעם יאָר האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן צוויי טאָג־צײַטונגען: דער ליבעראַלער “דער טאָג" און דער פֿרומער “מאָרגן-זשורנאַל". דער נײַער “טאָג-מאָרגן-זשורנאַל" האָט געהאַט אַ געמישטע לייענערשאַפֿט — טיילווײַז אַ וועלטלעכע און טיילווײַז אַ טראַדיציאָנעלע. ניט אַלעמען איז עס געווען צום האַרצן. דווקא אין יאָר 1953 איז אויפֿגעקומען די צײַטונג “דער ייִד", אָדער “דער איד" — אַזאַ אויסלייג שפּיגלט אָפּ בעסער די קאָנסערוואַטיווקייט פֿון דער אויסגאַבע. דער מענטש, וואָס האָט געגרינדעט די נײַע צײַטונג, האָט געהייסן אַהרן ראָזמאַרין (1896—1977). ער האָט שפּעטער געשפּילט אַ ראָלע אין דער ענגליש-שפּראַכיקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע. דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון “דער איד", אוריאל צימער (1921—1962), האָט געהאַט אַ שם פֿון אַן אַנטי-ציוניסטישן זשורנאַליסט. זינט 1955 איז די צײַטונג געוואָרן אַ וועכנטלעכע טריבונע פֿון די סאַטמאַרער חסידים. די בלי-תּקופֿה פֿון דער צײַטונג איז פֿאַרבונדן מיט איר לאַנג־יאָריקן רעדאַקטאָר אַלכּסנדר (סענדער) דײַטש (1922—1998). דער טיראַזש איז אַ פּנים געווען צווישן 30 און 50 טויזנט קאָפּיעס. סוף 1990ער יאָרן האָבן זיך די סאַטמאַרער צעשפּאָלטן. “דער איד" איז פֿאַרבליבן אין די הענט פֿון דעם טייל (“זאַלאָנים"), וואָס האַלט פֿון ר׳ זלמן טייטלבוים. די קעגנער (“אַהרונים"), וואָס אָנערקענען זײַן ברודער, ר׳ אַהרן טייטלבוים, זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַ צײַטונג. ווי אַ פּועל-יוצא, איז אין יאָר 2000 אויפֿגעקומען “דער בלאַט". אויף דער ליובאַוויטשער ייִדישער גאַס דאָמינירט די צײַטונג “אַלגעמיינער זשורנאַל", וועלכע עס האָט אין יאָר 1972 געשאַפֿן גרשון יאַקאָבסאָן (1933—2005). בײַנאַנד מיט אַרטיקלען פֿון רעליגיעזן אינהאַלט, דרוקט די צײַטונג אויך מאַטעריאַלן וועגן ייִדישער קולטור און געשיכטע. די דערמאָנטע צײַטונגען שעפּן ניט אויס די רשימה פֿון די ניו-יאָרקער חרדישע ייִדישע צײַטשריפֿטן. למשל, זינט 1988 גייט אַרויס די צײַטונג, וואָס הייסט טאַקע “די צײַטונג: נײַעס באַריכט". |