‫ייִדישע מאָזאַיִק
דאָראָטעאַ גרעווע
דאָראָטעאַ גרעווע

הײַיאָר פּראַוועט די ייִדיש-געזעלשאַפֿט פֿון האַמבורג איר 15־יאָריקן יוביליי (זען www.birnbaum-gesellschaft.org, ווי אויך איציק גאָטעסמאַנס "פֿאָרווערטס"-אַרטיקל). די אָרגאַניזאַציע, וועלכע פֿאַראייניקט דער עיקר ניט-ייִדישע ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך, איז געשאַפֿן געוואָרן אין אָקטאָבער 1995 דורך עטלעכע היגע ענטוזיאַסטן.

איינע פֿון די ענטוזיאַסטן, דאָראָטעאַ גרעווע, האָט זיך פֿאַראינטערעסירט מיט ייִדיש נאָך אין יאָר 1976, ווען זי איז געווען אַ סטודענטקע פֿון גערמאַניסטיק. דער דאָזיקער אינטערעס האָט ראַדיקאַל געביטן איר לעבן. שוין לאַנגע יאָרן איז דאָראָטעאַ באַקאַנט ווי אַ דערפֿאַרענע לערערין פֿון ייִדיש, אַ זינגערין פֿון ייִדישע לידער און אַן איבערזעצערין פֿון ייִדישע ליטעראַרישע ווערק אויף דײַטש. צווישן אירע איבערזעצונגען איז דאָס בוך "איך מוז דערציילן" (אַרויס אויף דײַטש אין 2002) פֿון דער פּעטערבורגער שרײַבערין מאַשע ראָלניקײַטע, וועלכע האָט באַזירט דאָס ווערק אויף אירע אייגענע איבערלעבונגען אין דער ווילנער געטאָ.

דעם 31סטן אָקטאָבער 2010 האָט די קאָאָפּעראַטיווע בערלינער טעגלעכע צײַטונג Die Tageszeitung (זינט 1995 איז זי געוואָרן די ערשטע דײַטשישע נאַציאָנאַלע צײַטונג, וואָס שטעלט אַרויס אויף אינטערנעץ איר פֿולן אינהאַלט) האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אינטערוויו מיט דאָראָטעאַ:

http://www.taz.de/1/nord/artikel/1/die-angst-steckt-noch-in-jeder-zelle/

די האַמבורגער געזעלשאַפֿט טראָגט דעם נאָמען פֿון שלמה בירנבוים (1891—1989), דעם בכור פֿון נתן בירנבוים (1864—1937), וועמעס נאָמען באַווײַזט זיך אויף אַ סך זײַטלעך פֿון מאָדערנער ייִדישער געשיכטע. אין 1897, ווען דער קאָנגרעס אין באַזעל האָט אָרגאַניזירט די ציוניסטישע באַוועגונג, איז בירנבוים אויסגעוויילט געוואָרן ווי איר גענעראַל-סעקרעטאַר. אָבער אין קורצן איז ער אַוועק פֿון ציוניזם און האָט גענומען זוכן אַנדערע וועגן אין ייִדישער טעטיקייט. אין 1908 האָט ער איניצייִרט און אָרגאַניזירט די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, וועלכע האָט סטימולירט די אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש ווי אַן אָנערקענטע שפּראַך פֿון קולטור און פּאָליטיק.

ווי אַ געלערנטער, איז שלמה בירנבוים באַקאַנט, דער עיקר, ווי אַ מומחה אין אָריענטאַליסטישע פֿאָרשונגען. אָבער ער האָט זיך אויך ערנסט באַשעפֿטיקט מיט ייִדיש. געטאָן האָט ער עס נאָך זינט די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה. דעמאָלט האָט די דײַטשישע רעגירונג, צוליב פּאָליטישע סיבות, אונטערגעהאַלטן אַזעלכע פֿאָרשונגען און פּובליקאַציעס. זינט 1922 האָט שלמה בירנבוים געאַרבעט אין דעם האַמבורגער אוניווערסיטעט. אָבער אין יאָר 1933 האָט ער געמוזט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד. באַזעצט האָט ער זיך אין לאָנדאָן. שלמה בירנבוימס נאָמען טראָגט אין האַמבורג ניט נאָר די ייִדיש-געזעלשאַפֿט, נאָר אויך אַ ביבליאָטעק פֿון ייִדישע ביכער.

יעקבֿ גלאַטשטיינס בוך

ס׳איז שווער צו מעסטן הײַנטצוטאָג די פּאָפּולערקייט פֿון אַ ייִדישן דיכטער. פּאָעזיע בכלל און די ייִדישע פּאָעזיע בפֿרט אינטערעסירט הײַנט זייער אַ שמאָלן קרײַז פֿון ליבהאָבער און פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן (קריטיקער, אַקאַדעמיקער, פֿאַרלעגער). און דאָך ווערט יעקבֿ גלאַטשטיין (1896—1971) אָפֿט מאָל אָנגערופֿן ווי דער סאַמע פּאָפּולערער אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטער. הײַיאָר, אין נאָוועמבער חודש איז דער 39סטער יאָרצײַט נאָך גלאַטשטיינס פּלוצעמדיקן טויט, אין קורצן נאָך זײַן 75סטן געבוירנטאָג.

טיילווײַז איז גלאַשטיינס הײַנטיקער שם פֿאַרבונדן מיט זײַן ליד "אַ גוטע נאַכט, וועלט", אָנגעשריבן אין אַפּריל 1938 ווי אַ רעאַקציע אויף דער ביטערער דאָליע פֿון ייִדן אין אייראָפּע, באַזונדערס אין פּוילן און אין דײַטשלאַנד. דער פּאָעט האָט גערעדט וועגן זײַן באַשלוס אַוועקצוגיין "צוריק אין געטאָ", ווײַל ער איז געקומען צום אויספֿיר, אַז אַלע באַמיִונגען פֿון ייִדן זיך אינטעגרירן אין דעם געזעלשאַפֿטלעכן הויפּטשטראָם זײַנען לחלוטין דורכגעפֿאַלן. דאָס ליד "אַ גוטע נאַכט, וועלט" האָט אַרויסגערופֿן אַ הייסע דיסקוסיע, וועלכע האָט זיך אָפּגעשפּיגלט אין אַ פּאָר הונדערט אַרטיקלען אין דער ייִדישער פּרעסע. אין אָריגינאַל און אין איבערזעצונגען ווערט דאָס דאָזיקע ליד ניט פֿאַרגעסן אויך איצט.

זינט זימער 1914 האָט גלאַטשטיין געוווינט אין ניו-יאָרק. אין משך פֿון די צוויי יאָרצענדליק פֿון זײַן לעבן אין אַמעריקע איז ער געוואָרן אַ צענטראַלע פֿיגור אין ייִדישן ליטעראַרישן לעבן. אין יאָר 1920 איז ער געווען צווישן די גרינדער פֿון דער ליטעראַרישער גרופּע "אין זיך", וועלכע האָט איבערגעלאָזט זייער אַ טיפֿן שפּור אין דער געשיכטע פֿון ייִדישן קינסטלערישן וואָרט. אָבער זײַן פּאָעטישע טעטיקייט האָט, פֿאַרשטייט זיך, ניט געקענט אים באַזאָרגן מיט קיין גענוגנדיקער פּרנסה. האָט גלאַטשטיין, ווי אַ סך אַנדערע פּען-מענטשן פֿון זײַן צײַט, געאַרבעט אין ייִדישער זשורנאַליסטיק. זינט 1926 איז ער געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דער קאָנסערוואַטיווער ניו-יאָרקער טאָגצײַטונג "מאָרגן-זשורנאַל". צענדליקער זײַנע ווערק, תּחילת אָנגעשריבן פֿאַר דער צײַטונג, זײַנען שפּעטער אַרײַן אין עטלעכע ניט-פּאָעטישע ביכער זײַנע.

זײַנע ווערק זײַנען אַ סך מאָל איבערגעזעצט געוואָרן, דער עיקר, שוין נאָך זײַן טויט. די מאָנאָגראַפֿישע אַרבעט וועגן גלאַטשטיינען פֿון דזשענעט האַדאַ (אַרויס אין 1980) איז באַזירט אויף דער דאָקטאָר-דיסערטאַציע, וועלכע זי האָט פֿאַרטיידיקט אין 1975 אין דעם קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט. אין 2006 איז אַרויס דזשעפֿרי שענדלערס איבערזעצונג פֿון גלאַטשטיינס באַקאַנטער קינדער-געשיכטע "עמיל און קאַרל".

און איצט האָט דער לייענער באַקומען אַ נײַע מתּנה — דער פֿאַרלאַג פֿונעם יעלער אוניווערסיטעט האָט פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס בוך The Glatstein Chronicles. דער ענגלישער באַנד איז כּולל איבערזעצונגען פֿון גלאַטשטיינס ביכער "ווען יאַזש איז געפֿאָרן" (1937) און "ווען יאַזש איז געקומען" (1940), באַזירט אויף זײַן נסיעה קיין פּוילן אין 1934, צו באַזוכן זײַן קראַנקע מוטער. די נײַע אויסגאַבע איז רעדאַקטירט דורך דער האַרוואַרד-פּראָפֿעסאָרין רותּ ווײַס.