סוף זומער 1988, ווען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז גרינגער געוואָרן צו בויען דעמאָקראַטישע אינטיטוציעס, האָט מען אין ווילנע באַשלאָסן צו שאַפֿן אַ ייִדישע קולטור-געזעלשאַפֿט — ניט נאָר פֿאַר דער שטאָט, אָבער פֿאַר דער גאַנצער ליטווישער רעפּובליק. קיין גרינגע זאַך איז עס ניט געווען אַפֿילו אין די רעלאַטיוו ליבעראַלע יאָרן פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס דרייסטע רעפֿאָרמען. די ייִדישע געזעלשאַפֿט האָט זיך אָפֿיציעל באַוויזן אין מאַרץ 1989. אין דעם זעלבן יאָר האָט מען אָנגעהויבן אַרויסצוגעבן די צײַטונג "ירושלים-דליטא".
אין שפּיץ פֿון דער נײַער געזעלשאַפֿט האָט מען אויסגעקליבן דעם שרײַבער גריגאָרי קאַנאָוויטש. ווי אַ צוויי-שפּראַכיקער, רוסישער און ליטווישער, פּראָזאַיִקער און דראַמאַטורג, האָט קאַנאָוויטש בדרך־כּלל געשריבן אויף ייִדישע טעמעס. צווישן די סאָוועטישע שרײַבער זײַנען אין יענער צײַט געווען אויך אַנדערע שריפֿטשטעלער, וואָס האָבן גוט געקענט ייִדיש — סײַ רעדן און סײַ שרײַבן. אָבער קאַנאָוויטש איז געווען דער איינציקער, וואָס זײַנע ווערק האָבן געשילדערט דאָס ייִדישע לעבן. זינט 1993 וווינט גריגאָרי קאַנאָוויטש אין ישׂראל. דאָרטן, ווי אויך אין אַנדערע לענדער, גייען אַרויס זײַנע ביכער, סײַ אין אָריגינאַל סײַ איבערגעזעצט אויך פֿאַרשיידענע שפּראַכן.
אַן עקסצענטרישער פּראָיעקט
די אינטערנעץ איז פֿול מיט אַרטיקלען וועגן אַ 45־יאָריקן אַמעריקאַנער באַפּטיסט, ווײַמאַן ברענט, וואָס האָט באַשלאָסן אויפֿצובויען אַ ייִדישע ביבליאָטעק אין ווילנע. זײַן אידעע האַלטן אונטער אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט דעם באַקאַנטן בריטישן היסטאָריקער מאַרטין גילבערט. סער מאַרטין האָט צוגעזאָגט צו שענקען אונטערגעשריבענע קאָפּיעס פֿון זײַנע 79 ביכער. לויטן גענעראַל-פּלאַן, דאַרף די ביבליאָטעק זיך עפֿענען אין יאָר 2010, 65 יאָר נאָך דעם סוף פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה.
דער קאָנצעפּט פֿון דער ביבליאָטעק איז אַזאַ: זי דאַרף האָבן 100,000 ביכער און קאָמפּאַקטלעך. אין דער ביבליאָטעק וועט מען זאַמלען ביכער אָדער אויף ייִדישע טעמעס, אָדער פֿון ייִדישע מחברים. אמת, דערווײַל ווערט ניט דערקלערט דער פּרינציפּ פֿון באַשטימען די ייִדישקייט פֿון די מחברים. אָבער דער לינגוויסטישער פּרינציפּ פֿון אונטערקלײַבן די ביכער-קאָלעקציע איז אַ קלאָרער — רק ענגליש. ווײַמאַן ברענט דערקלערט עס אַזוי:
"דאָס וועט צוציִען די היגע תּושבֿים, וועלכע ווילן אַנטוויקלען זייער ענגליש. די אידעע איז צו פֿאַרוואַנדלען די ביבליאָטעק אין דעם גרעסטן קוואַל פֿון ענגליש-שפּראַכיקן מאַטעריאַל אין ווילנע. בעת-מעשׂה, וועט עס מאַכן בעסער באַקאַנט די ייִדישע קולטור און קעמפֿן מיט פֿאָראורטיילן."
דער דריטער קאָנגרעס
פֿון ליטווישע ייִדן
די ערשטע צוויי אינטערנאַציאָנאַלע קאָנגרעסן פֿון ליטווישע ייִדן זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין ווילנע אין די יאָרן 2001 און 2004. דער דריטער צונויפֿקום איז פֿאַרפּלאַנירט אויף סוף אויגוסט 2009, אויך אין ווילנע. די אונטערנעמונג קאָמבינירט ערנסטע קאָנפֿערענץ-זיצונגען מיט טוריסטישע אויספֿלוגן.
אינטערעסאַנט, אַז אין דעם ענגלישן טיטל פֿון דעם קאָנגרעס נוצט מען דאָס וואָרט "ליטוואַק". אַ מאָל איז עס געווען אַ חוזק-וואָרט, וואָס די פּוילישע ייִדן האָבן גענוצט פֿאַר די "רוסישע ייִדן", פֿון ליטע צי פֿון אַנדערע געגנטן (למשל, פֿון מאָסקווע). אָבער ביסלעכווײַז האָט דאָס וואָרט באַקומען אַן אָנשטענדיקן באַטײַט און אַפֿילו אַ זעלבסט-באַשרײַבונג. עס האָט אויך אין גאַנצן אָפּגעטרייסלט פֿון זיך דעם באַטײַט פֿון רוסיפֿיצירונג.
פֿון ווילנער ייִדישן פֿאָלקלאָר
|
לייזער ראַן |
|
לייזער ראַן (1912—1995) איז געווען אַ פּראָדוקט פֿון דער ייִדישיסטישער ווילנע. ער האָט באַקומען אַ וועלטלעכע בילדונג און איז געוואָרן איינער פֿון די ערשטע אַספּיראַנטן (גראַדויִר-סטודענטן) פֿון "ייִוואָ". אַ דאַנק זײַנע קאָמוניסטישע פֿאַרבינדונגען, האָט ער אין 1936 באַקומען אַ סטיפּענדיע אויף צו לערנען זיך אין מאָסקווער קאָמוניסטישן אוניווערסיטעט, וואָס האָט געהאַט אַ ייִדישן אָפּטייל. אָנגעקומען איז לייזער ראַן קיין מאָסקווע פּונקט צו די סטאַליניסטישע מאַסן-רעפּרעסיעס. אים האָט מען אויך אַרעסטירט. אין תּפֿיסות און לאַגערן איז ער געווען ביזן יאָר 1946. זינט 1947 האָט ראַן געוווינט אין האַוואַנאַ, וווּ ער איז געווען פֿאַרוואַלטער פֿון דער היגער ייִדישער פֿאַכשול. זינט 1953 האָט לייזער ראַן געלעבט אין ניו-יאָרק. ער האָט געאַרבעט אין "ייִוואָ" און האָט אָרגאַניזירט דעם פֿאַרבאַנד "נוסח ווילנע". אָבער זײַן הויפּט־פּרנסה האָט ער געצויגן פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ ער איז געווען איינער פֿון די זעצערס.
אין 1995 איז אַרויס דער דריטער, און לעצטער, באַנד פֿון "אָקספֿאָרדער ייִדיש". דאָס זאַמלבוך איז פֿאַרטראַכט געוואָרן ווי אַ פֿאָרום פֿון אַקאַדעמישע פּובליקאַציעס אויף ייִדיש. צווישן די ווערק איז געווען אויך לייזער ראַנס אַרבעט וועגן אידיאָמאַטישע אויסדרוקן, כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן ווילנער ייִדיש. אַ סך פֿון די ציטירטע אידיאָמען האָבן סעקסועלע שאַטירונגען. מיר, אָבער, ברענגען עטלעכע דוגמאָות, וואָס שפּיגלען אָפּ אַנדערע אינטערעסן און זאָרגן פֿון ווילנער ייִדן:
"האַקן האָלץ" — אַזוי פֿלעגט מען זאָגן וועגן אַ הויכן, טרוקענעם הוסט.
"קנעפּל-שבקנעפּל" — וועגן נאָענטע, פֿרײַנדלעכע באַציִונגען.
"בײַ וועמען עס שיטן זיך פֿון מויל פּערל און בײַ וועמען באָבקעס [נאַרישע רייד]".
ניט ווייניק ווערטלעך זײַנען פֿאַרבונדן מיט אָרעמקייט און הונגער, למשל:
"אַ באַראָנעסע פֿון ניט דערעסן".
"אָרעמקייט פֿון דער מאַמעס בויך".
"עסן און פֿרעסן — זײַנען באַזונדערע פּאָטראַוועס".
"פֿאַרדינען — קדחת מיט כּשרע פֿאָדים".