‫ייִדישע מאָזאַיִק

אין דעם ניו-יאָרקער "ייִדישן מוזיי" (וואָס געפֿינט זיך אויף דער 92סטער גאַס) האָט זיך דעם 9טן נאָוועמבער געעפֿנט אַן אינטערעסאַנטע אויסשטעלונג — "שאַגאַל און די קינסטלער פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, 1919—1949". צוויי הונדערט עקספּאָנאַטן — בילדער, אַפֿישן, פּראָגראַמען און עסקיזן פֿון קאָסטיומען — דערציילן וועגן דער געשיכטע פֿון דעם אוניקאַלן טעאַטער. דער ערשטער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער, אַלעקסיי גראַנאָווסקי, האָט ווייניק געוווּסט וועגן ייִדישקייט, אָבער ער איז געווען אַ טאַלאַנטירטער, אָריגינעלער רעזשיסאָר.

מאַרק שאַגאַל האָט אין יענע רעוואָלוציאָנערע יאָרן געלעבט אין רוסלאַנד. זײַן מיטאַרבעט מיטן טעאַטער האָט געדויערט ניט לאַנג, אָבער עס האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין די שאַפֿערישע זוכענישן פֿונעם יונגן טעאַטער-קאָלעקטיוו. שאַגאַל האָט געהאָלפֿן אַרײַנצוברענגען אַ ייִדישן אינהאַלט אין גראַנאָווסקיס נאָוואַטאָרישקייט.

דעם מאָסקווער טעאַטער איז באַשערט געווען צו ווערן אַ צענטראַלע ייִדישע אינסטיטוציע אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. באַזונדערס באַקאַנט איז געוואָרן שלמה מיכאָעלס, דער אָנפֿירער פֿון דעם טעאַטער נאָך גראַנאָווסקיס באַשלוס צו בלײַבן אין אויסלאַנד. גראַנאָווסקי האָט זיך ניט אומגעקערט קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד פֿון די אייראָפּעיִשע גאַסטראָלן פֿונעם טעאַטער אין יאָר 1928.

מיכאָעלס איז בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה געוואָרן דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. אין 1943 האָט ער, צוזאַמען מיטן דיכטער איציק פֿעפֿער, באַזוכט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אויך ענגלאַנד, מעקסיקע און קאַנאַדע. די דאָזיקע נסיעה האָט פֿאַרוואַנדלט מיכאָעלסן, דעם קולטור-טוער, אין מיכאָעלס — דעם געזעלשאַפֿטלעכן טוער. אַזאַ איז ער פֿאַרבליבן ביז זײַן טראַגישן טויט אָנהייב 1948, ווען דער סאָוועטישער רעזשים האָט אים ליקווידירט.

וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטער לייענט דאָס בוך:

Jeffrey Veidlinger, The Moscow State Yiddish Theater: Jewish Culture on the Soviet Stage (2000)

"אונטער דער רויטער פֿאָן"

אין דעם נומער פֿון "ווײַטער", וואָס איז אַרויס אין אַפּריל, האָבן מיר שוין געשריבן וועגן אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ אין קראָקע, אין דעם יאַגעלאָן-אוניווערסיטעט, אויף דער טעמע: ייִדיש אין די קאָמוניסטישע לענדער אין די יאָרן נאָכן חורבן. נאָך דער דאָזיקער טרעפֿונג זײַנען דערשינען צוויי ביכער: איין בוך, אויף פּויליש, איז אַרויס אין פֿרילינג און האָט זיך קאָנצענטרירט אויף ייִדיש אין פּוילן. דאָס צווייטע בוך, אויף ענגליש, איז נאָר וואָס אַרויס (זען www.harrassowitz-verlag.de ). עס הייסט Under the Red Banner, "אונטער דער רויטער פֿאָן".

טיילווײַז פֿאַלט דער ענגלישער באַנד צונויף מיט דער פּוילישער אויסגאַבע, אָבער עס נעמט אויך אַרײַן אַרטיקלען וועגן די געשעענישן מחוץ פּוילן. דאָס בוך איז צונויפֿגעשטעלט דורך עלוויראַ גרעצינגער (פּאָטסדאַם) און מאַגדאַלענאַ רוטאַ (קראָקע). מיט דר. רוטאַ האָבן זיך לעצטנס באַקענט די ניו-יאָרקער ליבהאָבער פֿון ייִדיש. זי האָט פֿאַרבראַכט אַ פּאָר חדשים אין ייִוואָ, וווּ זי איז אַרויסגעטראָטן אויך מיט רעפֿעראַטן אויף ייִדיש און ענגליש.

ייִדיש אין אינטערנעץ

אַ ליד, אָנגעשריבן אין אָנדענק פֿון די ייִדישע שרײַבער, אומגעבראַכט דעם 12טן אויגוסט 1952, קען מען הערן אויפֿן אינטערנעץ-אַדרעס: https://www.youtube.com/watch?v=hRFApm5tYNg. די ווערטער האָט אָנגעשריבן דער ייִדישער דיכטער יוסף קערלער (1918—2000), וואָס איז אַליין געווען פֿאַרשיקט אין "גולאַג". שפּעטער איז ער געוואָרן באַקאַנט פֿאַר זײַן קאַמף צו באַקומען אַ דערלויבעניש צו פֿאַרלאָזן דעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. די לעצטע דרײַ יאָרצענדליק פֿון זײַן לעבן האָט ער געוווינט אין ירושלים. די מוזיק האָט אָנגעשריבן דמיטרי יאַקירעוויטש, אַן אַקטיווער ייִדיש-טוער אין מאָסקווע און — זינט 1988 — אין ישׂראל. זײַן קאָמפּאַקטל "ייִדישלאַנד" איז אַרויס אין יאָר 2006. פֿריִער, אין יאָר 2002, איז אין פֿאַרלאַג "ישׂראל-בוך" אַרויס יאַקירעוויטשעס זאַמלונג לידער "איך בין אַ ייִד".

* * *

מיט צוויי אויסשטעלונגען, געווידמעט סאָוועטיש-ייִדישע שרײַבער, קען מען זיך באַקענען אויף דעם וועבזײַט פֿון דער רוסלענדישער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק אין פּעטערבורג. מיר האָבן שוין געשריבן וועגן דער ביבליאָטעקאַרשע פֿון דער ביבליאָטעק, וועראַ קנאָרינג, וואָס באַשעפֿטיקט זיך מיט ייִדישע ביכער (זען yiddish.forward.com/node/1334). אַ דאַנק איר איניציאַטיוו, קען מען איצט זען ביכער און לייענען ביאָגראַפֿיעס (אויף רוסיש) פֿון לייב קוויטקאָ ( www.nlr.ru/exib/Kvitko) און איציק קיפּניס ( www.nlr.ru/exib/Kipnis). אינטערעסאַנטע ביכער זײַנען אויך אַרײַן אין דער אויסשטעלונג פֿון ייִדישע פּאָליטישע ביכער — www.nlr.ru/exib/politbook.

אַ ייִדישע קינדער-דערציילונג פֿון איציק קיפּניס (1896—1974), "אַ זיסן שלאָף", קען מען ליינען אויפֿן אַדרעס http://213.8.106.62/yidish/oyneg/Zisn_shlof.pdf. אין 1997 איז אין ירושלים אַרויס אַ שיין אילוסטרירטע אויסגאַבע פֿון איציק קיפּניסעס "ייִדישע מעשׂהלעך".

* * *

אַ צאָל ייִדישע ביכער פֿאַר קינדער קען מען לייענען אויפֿן אַדרעס: http://www.icdlbooks.org. דאָס איז אַ דיגיטאַלע קינדער-ביבליאָטעק אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן. צווישן די ייִדישע מחברים זײַנען דאָ אַזעלכע באַקאַנטע נעמען ווי אַברהם רייזען און לייב קוויטקאָ.