דעם 2טן יאַנואַר 2011 איז געוואָרן 175 יאָר זינט דעם טאָג, ווען אין דעם שטעטל קאַפּוליע (אין רוסיש Копыль און אין ווײַסרוסיש Капыль, הײַנט אין דער מינסקער געגנט פֿון ווײַסרוסלאַנד) איז געבוירן געוואָרן שלום-יעקבֿ אַבראַמאָוויטש. אונדז איז ער בעסער באַקאַנט ווי מענדעלע מוכר-ספֿרים, דער "זיידע" פֿון די מאָדערנע ליטעראַטורן סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף העברעיִש. זײַן ראָלע אין דער העברעיִשער ליטעראַטור איז אָפּגעמערקט אין ישׂראל — מע זעט עס, למשל, אויף די שילדן פֿון די גאַסן, וואָס טראָגן זײַן נאָמען: אין ירושלים, תּל-אָבֿיבֿ, חיפֿה און אַנדערע שטעט.
געשטאָרבן איז מענדעלע אין אָדעס, קורץ נאָך דער באָלשעוויסטישער איבערקערעניש. אַזוי אַז קיין שלעכטע זאַכן וועגן קאָמוניזם בכלל צי וועגן דער סאָוועטישער מאַכט בפֿרט האָט ער פּשוט ניט באַוויזן צו זאָגן. נאָך מער: מע האָט געטענהט, אַז ער איז געווען דווקא צופֿרידן מיט דער רעוואָלוציע. אַזוי איז עס, לכל-הפּחות, פֿאַרשריבן געוואָרן אין דער סאָוועטישער קולטור-מסורה.
מענדעלעס ווערק האָט מען געדרוקט, געלערנט און געפֿאָרשט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד; באַזונדערס, פֿאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה. זײַן נאָמען האָט געטראָגן דער מלוכישער מוזיי פֿון ייִדישער קולטור, וואָס איז געעפֿנט געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1927, צום צענטן יאָרצײַט נאָך דעם שרײַבערס פּטירה. אין די מיט-1930ער יאָרן איז געווען אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן דעם מוזיי קיין ביראָבידזשאַן. אָבער דער מוזיי האָט פֿון דעסטוועגן עקזיסטירט אין אָדעס ביז 1941. בעת דער מלחמה זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ס׳רובֿ מאַטעריאַלן פֿון זײַן ביבליאָטעק, אַרכיוו און אויסשטעלונגען.
ברייט האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דעם ייִדישן קלאַסיקער. די מאָסקווער צײַטונג "פּראַוודאַ" האָט דעם 3טן מאַרץ 1936 דערציילט וועגן אַ גרויסן ליטעראַרישן אָוונט אין מאָסקווע, דער סאָוועטישער הויפּטשטאָט. אַ חוץ הויכגעשטעלטע מלוכה-לײַט, האָבן זיך אין דער אונטערנעמונג באַטייליקט אויך רוסישע און ייִדישע קולטור-טוער. מע האָט אַנאָנסירט, אַז צום יוביליי האָט דער מאָסקווער פּעדאַגאָגישער אינסטיטוט באַקומען אַ מעגלעכקייט צו באַלוינען איינעם פֿון די בעסטע סטודענטן מיט אַ מענדעלע-סטיפּענדיע. אין יענע יאָרן האָט דער דאָזיקער אינסטיטוט (אוניווערסיטעט) געהאַט אַ ייִדישן אָפּטייל. בעת דעם זעלבן ליטעראַרישן אָוונט האָט מען זיך דערוווּסט, אַז איינע פֿון די ייִדישע שולן אין דער מערבֿ-רוסישער שטאָט סמאָלענסק וועט טראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים.
אין דעם זעלבן יאָר, 1936, האָט מען אין ביראָבידזשאַן אָנגעהויבן בויען אַ בנין פֿאַר דער היגער ביבליאָטעק, וועלכע האָט געזאָלט אויך אָנגערופֿן ווערן ווי די מענדעלע-ביבליאָטעק. אָבער אין 1940, ווען די בויוּנג האָט מען, סוף-כּל-סוף, פֿאַרענדיקט, איז באַשלאָסן געוואָרן, אַז די ביבליאָטעק וועט זײַן געווידמעט שלום-עליכמען. אין 1939 האָט מען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד זייער ברייט אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון שלום-עליכמען, וועלכער האָט צו יענער צײַט פֿאַרנומען אַ וויכטיק אָרט אין דעם אַלגעמיינעם סאָוועטישן ליטעראַרישן קאַנאָן. דעם 13טן יאַנואַר 2011 איז אין דער ביראָבידזשאַנער ביבליאָטעק געעפֿנט געוואָרן אַן אויסשטעלונג צום 175סטן יובֿל פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים, וועמען שלום-עליכם האָט בשעתּו באַטיטלט ווי זײַן ליטעראַרישן "זיידע".