אויף דער דאָזיקער פֿראַגע האָט בשעתּו געגעבן אַן ענטפֿער דער גרויסער ייִדישער שפּראַכקענער מאַקס ווײַנרײַך. אין זײַן “געשיכטע פֿון דער ייִדישער שפּראַך" ווערט דערקלערט, אַז די אַשכּנזים שטאַמען, דער עיקר, פֿון די מיגראַנטן און פּליטים, וואָס האָבן מיט אַ פּאָר טויזנט יאָר צוריק פֿאַרלאָזט ארץ-ישׂראל און זיך פֿאַרהאַלטן אַ צאָל דורות אויף די רוימישע טעריטאָריעס.
תּחילת האָבן זיי געוווינט אין דרום-אייראָפּע. שפּעטער האָט אַ טייל פֿון זיי זיך אַריבערגעקליבן אין מער צפֿונדיקע געגנטן. סוף-כּל-סוף, האָבן די ייִדן דערגרייכט די אייראָפּעיִשע טעריטאָריעס, וועלכע זײַנען געווען באַפֿעלקערט דורך די גערמאַניש-רעדנדיקע לײַט. אין אָט יענער סבֿיבֿה, ערגעץ אויף די ברעגן פֿון דעם טײַך רײַן, האָט זיך פֿאַרלייגט דער יסוד פֿון דער נײַער ייִדישער שפּראַך. דאָס איז געווען דער אָנהייב פֿון אַשכּנז.
דערנאָך האָט עפּעס אַ חלק אַשכּנזים זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן, מיזרח-צו, וווּ דעמאָלט האָט זיך געבויט די פּוילישע מדינה און מע האָט זיך גענייטיקט אין ייִדישע געשעפֿטס־לײַט און בעל-מלאָכות. אַזוי האָבן די ייִדן זיך באַזעצט אין די סלאַוויש-רעדנדיקע געגנטן, וווּ זייער שפּראַך האָט זיך היפּש געביטן אונטער דער השפּעה פֿון פּויליש, אוקראַיִניש, ווײַסרוסיש, און שפּעטער אויך רוסיש.
אָט אַזוי — אין אַ פּאָר ווערטער און זייער סכעמאַטיש — קען מען איבערגעבן מאַקס ווײַנרײַכס מאָדעל פֿון דער געשיכטלעכער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש און ייִדיש-רעדערס.
* * *
די שיינקייט פֿון דער געשיכטע, וואָס קלינגט צו מאָל ממש ווי אַ באָבע-מעשׂה וועגן אַ וואַנדערנדיק פֿאָלק, האָט גאָר ניט פֿאַרכּישופֿט אייניקע שפּראַכקענער. אייניקע זאַכן האָבן זיך ניט געלייגט אויפֿן שׂכל. למשל, מע האָט גענומען טענהן, אַז די געגנט, וווּ ייִדיש איז געבוירן געוואָרן, איז אפֿשר ניט בײַם רײַן, נאָר דווקא בײַם דונײַ, אין בײַערן, אין און אַרום דער שטאָט רעגענסבורג. אָבער דאָס איז געווען נאָר דער אָנהייב.
די אמתע “רעוויזיע" איז געקומען, ווען דער תּל-אָבֿיבֿער שפּראַכקענער פּאָל וועקסלער איז אַרויס מיט דער טעאָריע, אַז ייִדיש איז, אין תּוך אַרײַן, אַ סלאַווישע שפּראַך. זײַן מאָדעל זעט אויס אַזוי (ווידער אַ מאָל — אין צוויי וועטער):
אַ געוויסע צאָל ייִדן, טאַקע “עכטע" ייִדן, האָבן זיך אַזוי אָדער אַנדערש דערקליבן ביז די טעריטאָריעס, וואָס זײַנען געווען באַפֿעלקערט דורך סלאַוויש-רעדנדיקע שבֿטים. די רייד גייט וועגן די סאָרבן — אַ סלאַוויש פֿאָלק, וואָס האָט געוווינט, און טיילווײַז וווינט נאָך איצט. אין דעם ווינקל, וואָס איז הײַנט צעטיילט דורך די גרענעצן פֿון דײַטשלאַנד און פּוילן. סאָרביש, וואָס איז אָנגעזעטיקט (“רעלעקסיפֿיצירט") געוואָרן דורך גערמאַנישע ווערטער, איז — לויט וועקסלערן — געוואָרן דער יסוד פֿאַר ייִדיש.
אַז מע לייענט וועקסלערס אַרטיקלען, וואָס האָבן זיך באַוויזן אין דער לעצטער צײַט, זעט מען, אַז ער אַנטוויקלט ווײַטער זײַן טעאָריע. איצט האַלט ער, אַז די אַשכּנזים שטאַמען מערסטנטייל פֿון פּערסיע. די דאָזיקע פּערסן האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין די סאָרביש-רעדנדיקע ערטער, דאָרטן האָבן זיי איבערגענומען די היגע שפּראַך, וועלכע איז דערנאָך פֿאַרדײַטשט געוואָרן.
* * *
אין יאָר 2011 איז אַרויס אַ בוך פֿון ייִטס וואַן סטראַטען (Jits van Straten), וואָס הייסט “דער אויפֿקום פֿון אַשכּנזישע ייִדן" (The Origin of Ashkenazi Jewry). דער מחבר האָט באַזירט זײַן פֿאָרשונג אויף געשיכטע, היסטאָרישער דעמאָגראַפֿיע, היסטאָרישער גענעטיק און היסטאָרישער שפּראַך־קענטעניש. ער איז געקומען צום אויספֿיר, אַז קיין ייִדישע מאַסן-מיגראַציע פֿון מערבֿ-אייראָפּע קיין מיזרח-אייראָפּע איז אין מיטלעלטער ניט געווען. לכל-הפּחות, איז זי ניט געווען גענוג גרויס, כּדי צו דערקלערן דעם פֿאַרנעם פֿון דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין די קומענדיקע יאָרן. דערצו ווײַזט דער גענעטישער אַנאַליז, אַז די מיזרח-אייראָפּעיִשע און די מערבֿ-אייראָפּעיִשע ייִדן זײַנען געקנאָטן פֿון גאַנץ פֿאַרשיידענע מינים טייג.
ייִטס וואַן סטראַטען האַלט, אַז אין מיזרח-אייראָפּע איז צו דער צײַט, ווען דאָרטן האָבן זיך באַוויזן די ייִדיש-רעדערס, געווען אַ היפּשע צאָל ייִדן. זיי זײַנען געקומען פֿון דעם מיטעלן מיזרח, אפֿשר דורך דער ביזאַנטישער אימפּעריע. צווישן זיי זײַנען אויך געווען גרים, סײַ היגע סײַ פֿון ווײַטע מקומות. אייניקע כּוזרים, Khazarians, האָבן אויך געקענט זײַן צווישן זיי. אָן די כּוזרים באַגייט זיך דאָך ניט קיין איין טעאָריע, וואָס דערקלערט דעם אויפֿקום פֿון אַשכּנזים.
ווי אַזוי זשע האָבן זיי זיך צערעדט אויף ייִדיש? זייער פּשוט. זיי האָבן אימפּאָרטירט מלמדים און רבנים פֿון מערבֿ-אייראָפּע, דער עיקר, פֿון בײַערן. ווי אַ פּועל-יוצא, איז די שפּראַך — ייִדיש — פֿון אָט די אינטעלעקטואַלן האָט זיך ביסלעכווײַז איבערגעגעבן דעם היגן ייִדישן המון.
* * *
אַ סבֿרא, אַז דער פּראָצעס פֿון זוכן די שורשים פֿון אַשכּנזישע ייִדן האָט זיך ניט אָפּגעשטעלט. מע קען דערוואַרטן נײַע טעאָריעס, נײַע השערות. אפֿשר וועלן זיך באַווײַזן אויך אַנדערע מעטאָדן. אין מאַקס ווײַנרײַכס צײַטן איז דאָך קיין היסטטאָריש-גענעטישער אַנאַליז ניט געווען. די לינגוויסטן און היסטאָריקער שטייען אויך ניט אויף איין אָרט.