‫ייִדישע מאָזאַיִק

די פֿילאָסאָפֿיע פֿון "תּורה ומדע" (תּורה און וועלטלעכע וויסנשאַפֿט) שאַפֿט דעם יסוד פֿון דער מאָדערנער ייִדישער אָרטאָדאָקסיע. לויט דער דאָזיקער שיטה איז אויפֿגעבויט דער ניו-יאָרקער ישיבֿה-אוניווערסיטעט, וווּ מע קאָמבינירט די צוויי וועלטן — די פֿרומע און די וועלטלעכע. אין דעם דאָזיקן מיטלפּונקט האָט זיך לעצטנס באַוויזן אַ ייִדיש-קלוב, וואָס ווערט אָנגעפֿירט דורך צוויי ענטוזיאַסטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור: שאָול סײַדלער-פֿעלער און איתּי בנימין זוטראַ.

שאָול איז אַ גראַדויִר-סטודענט, וואָס וויל אויספֿאָרשן אין זײַן קומענדיקער דיסערטאַציע דעם מצבֿ פֿון ייִדיש מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. קודם-כּל, אינטערעסירט אים דער אונטערשייד אין דער באַציִונג צו ייִדיש צווישן די אָרטאָדאָקסישע און ניט-אָרטאָדאָקסישע ייִדן. שאָול איז אויך אַ מענטש מיט זשורנאַליסטישע כּישרונות. שוין אַ צאָל יאָרן איז ער טעטיק אין דער סטודענטישער פּרעסע.

איתּי האָט ניט לאַנג צוריק פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע. די פֿאָרשונג, וואָס ער האָט געמאַכט אין דעם ניו-יאָרקער ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער מאָדערניסטישער ליטעראַרישער גרופּע "אין זיך". איצט אַרבעט ער ווי דער לעקטאָר פֿון ייִדיש אין ישיבֿה-אוניווערסיטעט.

צו באַקענען זיך מיט זיי — זען:

https://www.youtube.com/watch?v=ZPYoBNVl2B0