- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויב איר האָט נאָך ניט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז ניט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זײַנען ניט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך אָבער ניט שרעקן פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, ווײַל ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר קענט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן. ווילנע: דער ווילנער ייִדישער אינסטיטוט די קורסן וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 22סטן יולי ביזן 17טן אויגוסט 2012. די לערערס, וועלכע באַטייליקן זיך דאָס יאָר זײַנען: פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער, ד״ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק, פּראָפֿ׳ אַבֿרהם ליכטענבוים, און פּראָפֿ׳ אַנאַ ווערשיק. דעם 15טן מאַרץ איז געוואָרן 140 יאָר זינט אין וויטעבסק, ווײַסרוסלאַנד, איז געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער לעאָן קאָברין (1872—1946). הגם ער האָט געשטאַמט פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדיש-רעדנדיקער משפּחה, זיך געלערנט אין חדר, האָט ער אויסגעלערנט אויך רוסיש און געמאַכט זײַנע ערשטע ליטעראַרישע פּרוּוון דווקא אויף דער אויסגעלערנטער שפּראַך. די ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער האָט ער פֿאַר זיך אַנטפּלעקט שוין אין אַמעריקע, וווּהין ער איז געקומען אין 1892. זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט האָט זיך אין אַמעריקע אָנגעהויבן “צווישן" ייִדיש און רוסיש: אין 1894 האָט קאָברין איבערגעזעצט פֿון רוסיש אַ דערציילונג. אויך שפּעטער וועט ער אַ סך איבערזעצן אויף ייִדיש — דער עיקר, ווערק פֿון רוסישע און פֿראַנצויזישע שרײַבער. דער ייִדישער נוסח פֿון "וויקיפּעדיע" לערנט אונדז: דאָס איז אַ פֿרישע איניציאַטיוו, וואָס ווערט אַזוי כאַראַקטעריזירט אויפֿן אייגענעם וועב-זײַטל http://www.yiddishfarm.org: אונדזער ציל איז צו בויען אַ ייִדיש-רעדנדיקן ייִשובֿ, וואָס קולטיווירט אָרגאַנישע עסן און האַלט קולטורעלע פּראָגראַמען פֿאַר דער ברייטער ייִדישער קהילה. אין דער וואָכן, וועלן מיר באַאַרבעטן די פֿעלדער, רעפּעטירן פּיעסעס און לערנען תּורה און ייִדישע ליטעראַטור. שבתים וועט מען לעבעדיק פֿאַרברענגען צוזאַמען. די פֿאַרם געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון ניו-יאָרק. דעם זומער וועט מען אַ פּרוּוו טאָן, ווי אַזוי דער פּראָיעקט וועט אַרבעטן. דער געדאַנק פֿון אַזאַ אונטערנעמונג קלינגט אפֿשר אוטאָפּיש, אָבער יעדער אָנהייב איז אוטאָפּיש, אַפֿילו אויב עס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדיש, מיט לאַנדווירטשאַפֿט בכלל און מיט אָרגאַנישער לאַנדווירטשאַפֿט בפֿרט. אין די אַלטע ווײַטע צײַטן האָט געלעבט איינער אַן אָרעמער ייִד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען דרייען שטריק. מ׳האָט אים טאַקע אַזוי גערופֿן — מאָטל דער שטריק־דרייער. צווישן אַלע שטריק־דרייערס אינעם שטעטל איז מאָטל געווען דער אָרעמסטער שטריק־דרייער. אַזוי אָרעם איז מאָטל געווען, אַז ער האָט אַפֿילו ניט געהאַט מיט וואָס צו קויפֿן קלאָטשע צו דרייען זײַנע שטריק. פֿלעגט ער אַרומגיין איבערן שטעלט און צונויפֿקלײַבן שטיקלעך אַלטע קלאָטשעס, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן פֿון צעריסענע שטריק און זעק. |