שפּראַך־פּיטשעווקעס


דער ייִדישער נוסח פֿון "וויקיפּעדיע" לערנט אונדז:


קישקע איז אַ מאכל פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשע ייִדן, געמאַכט פֿון דער גראָבער קישקע פֿון רינדער, געפֿילט מיט געפּרעגלטן ציבל, מעל, שמאַלץ און געווירצן.
די געקאָכטע קישקע קען זײַן פֿון יעדער פֿאַרב, פֿון ווײַס-גראָ ביז ברוין-אָראַנזש. דאָס ווענדט זיך אין וויפֿל געווירצן מען לייגט אַרײַן, בעיקר די פּאַפּריקע. הײַנטיקע צײַטן ניצט מען סינטעטישע אײַנוויקלונג אַנשטאָט עכטע קישקע פֿון אַ בהמה. ענלעך צו קישקע איז מעגעלע, מען מאַכט דאָס אין שטוב, מען פֿילט אָן די הויט פֿונעם האַלדז פֿון אַ הינדל אָדער אַן אינדיק.
די קישקע מאַכט מען געוויינטלעך פֿרײַטיק, און מע לאָזט זי קאָכן אין דעם טשאָלנט, וואָס מען עסט שבת בײַטאָג.



דאָס איז איין מאָל אַוועק. אָבער ווײַטער וועט די רייד גיין ניט וועגן מאכלים, נאָר וועגן אַן אַנדער זאַך, וועגן וועלכער עס שטייט אויך געשריבן אין דעם זעלביקן "וויקיפּעדיע"-אַרטיקל, דהײַנו: "דער אַרטיקל דיסקוטירט דעם מאכל געפֿילטע קישקעס. אויב איר זוכט קישקעס אין מאָגן, זען געדערעם". טאָ לאָמיר זיך באַשעפֿטיקן מיטן צווייטן באַטײַט — די "קישקעס אין מאָגן".
דעם 5טן מײַ (זאָל עס אַזוי בלײַבן אַרײַנגעשריבן אין דער געשיכטע) איז אין "ניו-יאָרק טײַמס", אין דער "אָפּ-עד"-סעקציע, געשטאַנען געשריבן:
Samuel I. Schwartz, a transportation engineer and New Yorker to his kishkes, has spent 40 years — half government, half private — trying to make sense of the M.T.A.
אין אַ קורצער צײַט אַרום האָט מען געקאָנט איבערלייענען אַזאַ קעפּל אין אַן אַרטיקל, געדרוקט אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס":
Mitt Romney, The Man With No Kishkes
אין דעם "מאַיאַמי העראַלד" האָט מען לעצטנס געשריבן:
Jews unite! Newt Gingrich kicks Mitt Romney right in the kishkes over kosher food veto.
דער טײַטש אין אָט די אַלע פֿאַלן איז דער זעלבער, אין תּוך אַרײַן, ווי דאָס פּשוטע ענגלישע guts, וואָס מיינט "געדערעם". אָבער דאָס סלאַוויש-אָפּשטאַמיקע און ייִדיש-אויסגעכאָוועטע וואָרט געפֿעלט די מחברים בעסער. פֿאַר וואָס? וואָס פֿאַר חן האָט עס? קלינגט עס טאַקע שענער אין ענגליש ווי guts? דאָס דאַרף שוין דער לייענער פֿון "ווײַטער" באַשליסן אַליין.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דאָס ענגלישע וואָרט kishkes איז סעמאַנטיש ברייטער ווי דאָס ייִדישע וואָרט "קישקעס", ווײַל אויף ענגליש האָט עס אַרײַנגענומען אַלע באַטײַטן פֿון דעם guts. למשל, אויף ייִדיש דערמאָנט מען דאָך ניט די קישקעס, אויב די רייד גייט וועגן דרייסטקייט צי ניט דרייסטקייט פֿון אַ מענטשן. די ייִדישע פֿראַזע "ער האָט (צי האָט ניט) קיין קישקעס" וועט פּשוט באַשרײַבן די אַנאַטאָמישע אייגנאַרטיקייטן, אָבער ניט דעם קוראַזש.