- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויב איר האָט נאָך ניט אויספּלאַנירט דעם קומענדיקן זומער, איז ניט צו שפּעט זיך צו פֿאַרשרײַבן אין איינער פֿון די ווײַטערדיקע ייִדישע שפּראַך־פּראָגראַמען. די פּראָגראַמען זײַנען ניט נאָר געצילט אויפֿן אָנהייבער־סטודענט, נאָר אויך פֿאַר די וואָס קענען שוין ייִדיש, אָבער ווילן ווײַטער שטודירן אויף אַ העכערער מדרגה. אין די ווײַטהאַלטער־קלאַסן רעדט מען געוויינטלעך בלויז ייִדיש. מע דאַרף זיך אָבער ניט שרעקן פֿאַרן טײַערן שׂכר־לימוד — שטעלט אויס אַן אַפּליקאַציע אויף אַ סובסידיע, ווײַל ס‘איז דאָ אַ גוטע מעגלעכקייט, אַז איר קענט באַקומען אַ געוויסע פֿינאַנציעלע הילף. כּמעט אין אַלע פּראָגראַמען פֿאַרדינט מען קרעדיט פֿאַר קאָלעדזש־קורסן. ווילנע: דער ווילנער ייִדישער אינסטיטוט די קורסן וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 22סטן יולי ביזן 17טן אויגוסט 2012. די לערערס, וועלכע באַטייליקן זיך דאָס יאָר זײַנען: פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער, ד״ר קאַראָלינאַ שימאַניאַק, פּראָפֿ׳ אַבֿרהם ליכטענבוים, און פּראָפֿ׳ אַנאַ ווערשיק. תּל־אָבֿיבֿ: "נעמי פּראַווער קאַדאַר־זומער־פּראָגראַם" "די נעמי פּראַווער קאַדאַר אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש" בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט וועט פֿאָרקומען פֿון 25סטן יוני ביזן 19טן יולי 2012. במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָר איז די פּראָגראַם געוואָרן די גרעסטע פֿון אַלע. דאָס יאָר וועט מען לערנען די שפּראַך אויף פֿינף מדרגות, פֿון אָנהייבער ביז ווײַטהאַלטער. די באַטייליקטע וועלן באַקומען 80 שעה פֿונעם שפּראַך־ און ליטעראַטור־לימוד. ניו־יאָרק: ייִדיש־זומער־פּראָגראַם א״נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך דער "ייִוואָ", צוזאַמען מיט "באַרד" — די עלטסטע זומערדיקע שפּראַך־פּראָגראַם האָט אויסגעשולט דורות גראַדואַנטן, וועלכע זײַנען שוין אַליין געוואָרן ייִדיש־לערערס. דאָס וועט זײַן דאָס צווייטע יאָר פֿון דער שותּפֿותדיקער פּראָגראַם צווישן דעם ייִוואָ און "באַרד"־קאָלעדזש. די קלאַסן קומען פֿאָר, ווי פֿאַראַיאָרן, אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר". פּאַריז: "זומערקורסן פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור" דער "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם ביבליאָטעק" וועט דורכפֿירן די חשובֿע פּראָגראַם פֿון 9טן ביזן 27סטן יולי. די לערערס וועלן זײַן: חיהלע ביר, שרון בר־כּוכבא, רובי מאָנעט, יצחק ניבאָרסקי, סאָניע פּינקוסאָוויטש־דראַטוואַ און אַניק פּרים־מאַרגוליס. מע וועט לערנען פֿיר ניוואָען שפּראַך־קורסן.
ווײַמאַר, דײַטשלאַנד: די מוזיק־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט כּמעט פֿון אָנהייב אַרײַנגענומען אַ שפּראַך־קאָמפּאָנענט. דאָס יאָר האָט דער דירעקטאָר, אַלען בערן, באַשלאָסן צו פֿאַרברייטערן די שפּראַך־פּראָגראַם און במשך פֿון דרײַ כּסדרדיקע וואָכן וועט מען אינטענסיוו לערנען די שפּראַך. דער אָנהייבער־קורס, פֿונעם 21סטן ביז 28סטן יולי, ווערט געלערנט פֿון דאָראָטעאַ גרעווע. דער מיטנדיקער קלאַס פֿונעם 30סטן יולי ביז 5טן אויגוסט ווערט געפֿירט פֿון יורי וועדעניאַפּין פֿון "האַרוואַרד־אוניווערסיטעט". דער אַוואַנסירטער קלאַס ווערט געלערנט פֿון פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג, פֿון טריִער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד. לאָנדאָן: "אָט אַזוי!" פֿונעם 12טן אויגוסט ביזן 17טן אויגוסט וועט דער "ייִדישער מוזיק־אינסטיטוט" דורכפֿירן דעם "אָט אַזוי! ייִדישער שפּראַך־ און קולטור־קורס". די פּראָגראַם וועט פֿאָרקומען אויפֿן קאַמפּוס פֿונעם לאָנדאָנער אוניווערסיטעט און דעקן פֿיר שפּראַך־מדרגות, פֿון אָנהייבער־קלאַסן ביז אַוואַנסירטע. די לערערשאַפֿט וועט באַשטיין פֿון חיהלע ביר, סאָניע פּינקוסאָוויטש, העטהער וואַלענסיע און לילי כּהן. די זינגערין שורה ליפּאָווסקי וועט אָנפֿירן מיט געזאַנג. אַ באַזונדערע פּראָגראַם פֿון ייִדיש געזאַנג — "טומבאַלאַ!" — קומט פֿאָר אין דער זעלבער צײַט מיט די לערערינס פּאָלינאַ שעפּהערד, הילדע בראָנשטיין און שורה ליפּאָווסקי. |