דאָס איז אַ פֿרישע איניציאַטיוו, וואָס ווערט אַזוי כאַראַקטעריזירט אויפֿן אייגענעם וועב-זײַטל http://www.yiddishfarm.org:

אונדזער ציל איז צו בויען אַ ייִדיש-רעדנדיקן ייִשובֿ, וואָס קולטיווירט אָרגאַנישע עסן און האַלט קולטורעלע פּראָגראַמען פֿאַר דער ברייטער ייִדישער קהילה. אין דער וואָכן, וועלן מיר באַאַרבעטן די פֿעלדער, רעפּעטירן פּיעסעס און לערנען תּורה און ייִדישע ליטעראַטור. שבתים וועט מען לעבעדיק פֿאַרברענגען צוזאַמען.

די פֿאַרם געפֿינט זיך ניט ווײַט פֿון ניו-יאָרק. דעם זומער וועט מען אַ פּרוּוו טאָן, ווי אַזוי דער פּראָיעקט וועט אַרבעטן. דער געדאַנק פֿון אַזאַ אונטערנעמונג קלינגט אפֿשר אוטאָפּיש, אָבער יעדער אָנהייב איז אוטאָפּיש, אַפֿילו אויב עס האָט גאָרנישט צו טאָן מיט ייִדיש, מיט לאַנדווירטשאַפֿט בכלל און מיט אָרגאַנישער לאַנדווירטשאַפֿט בפֿרט.
ס׳איז קלאָר, אָבער, אַז די “אָרגאַנישקייט" פֿון דער פֿאַרם-פּראָדוקציע קען מאַכן דעם ענין קאָמפּליצירטער. די זאַך איז, אַז חרדים, וואָס זײַנען צווישן די פּאָטענציעלע קונים, האָבן פּראָבלעמען מיט אַזעלכע גרינס, מחמת אָרגאַנישע פּראָדוקטן טראָגן, בדרך-כּלל, מער זשוקעס. און די זשוקעס קענען שאַפֿן אַן אמתן קאָפּווייטיק פֿאַר אַ כּשרער שטוב.
צוריק גערעדט, ס׳לאָזט זיך נאָך ניט אויס די וועלט מיט חרדים. עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע מינים קונים. עס וואַקסט דאָך שטענדיק די צאָל לײַט, וואָס ווילן עסן אָרגאַניש. אין דעם גאַנצן אַמעריקאַנער מאַרק פֿון שפּײַז און געטראַנקען שאַפֿן שוין איצט אָרגאַנישע פּראָדוקטן בערך 5 פּראָצענט. אַ סבֿרא, אַז אין אַזעלכע שטעט ווי ניו-יאָרק איז נאָך גרעסער דער חלק פֿון תּושבֿים, וואָס ווילן קויפֿן אָרגאַנישע פּראָדוקטן. לאָמיר האָפֿן, אַז די ייִדישע אָרגאַנישע פֿאַרמערס וועלן געפֿינען אַ סטעזשקע, וואָס פֿירט צו אַזעלכע קונים.


* * *

אַ דאַנק דער סובסידיע פֿון דער "נעמי פּראַווער קדר־פֿונדאַציע", וועט מען קענען זיך לערנען ייִדיש דעם זומער אויף דער ייִדיש־רעדנדיקער "ייִדיש־פֿאַרם" אין גושן, ניו־יאָרק. עטלעכע שעה אין טאָג וועט מען אויף אַ פֿעלד קולטיווירן אָרגאַנישע געוויקסן, און עטלעכע שעה וועט מען זיך לערנען ייִדיש אין אַ קלאַס־צימער. די אַנדערע אַקטיוויטעטן וועלן האָבן אַ שײַכות מיט דער ייִדישער קולטור; למשל, דוד מאַנדעלבאַום פֿון דער טרופּע "נײַער ייִדיש־רעפּ" וועט פֿירן אַ ייִדישן טעאַטער־וואַרשטאַט.
אָנטיילנעמער וועלן וווינען (אין אַ געצעלט אָדער הײַזקע) און אַרבעטן אויף דער פֿאַרם בשעת מע לערנט זיך די ייִדישע שפּראַך און קולטור. דער אָנהייבער־קלאַס וועט פֿאָרקומען פֿונעם 1טן יוני ביזן 1טן יולי 2012. דער אַוואַנסירטער קורס קומט פֿאָר פֿונעם 1טן יולי ביזן 20סטן אויגוסט.
צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט ישׂראל באַס, פּראָגראַם־קאָאָרדינירער
yisroel@yiddishfarm.org
אָדער נפֿתּלי איידלמאַן, דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־פֿאַרם
naftali@yiddishfarm.org.