דעם 15טן מאַרץ איז געוואָרן 140 יאָר זינט אין וויטעבסק, ווײַסרוסלאַנד, איז געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער לעאָן קאָברין (1872—1946). הגם ער האָט געשטאַמט פֿון אַ טראַדיציאָנעלער ייִדיש-רעדנדיקער משפּחה, זיך געלערנט אין חדר, האָט ער אויסגעלערנט אויך רוסיש און געמאַכט זײַנע ערשטע ליטעראַרישע פּרוּוון דווקא אויף דער אויסגעלערנטער שפּראַך. די ייִדישע ליטעראַטור און טעאַטער האָט ער פֿאַר זיך אַנטפּלעקט שוין אין אַמעריקע, וווּהין ער איז געקומען אין 1892. זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט האָט זיך אין אַמעריקע אָנגעהויבן “צווישן" ייִדיש און רוסיש: אין 1894 האָט קאָברין איבערגעזעצט פֿון רוסיש אַ דערציילונג. אויך שפּעטער וועט ער אַ סך איבערזעצן אויף ייִדיש — דער עיקר, ווערק פֿון רוסישע און פֿראַנצויזישע שרײַבער.
קאָברינס אייגענע דערציילונגען האָבן אָנגעהויבן זיך צו באַווײַזן אין דער ניו-יאָרקער ייִדישער פּרעסע — “אַרבעטער-צײַטונג" און “אָוונט-בלאַט". אין קורצן איז ער געוואָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער שרײַבער און זשורנאַליסט. אָבער די אמתע אָנערקענונג איז צו אים געקומען אַ דאַנק זײַנע אַריבער דרײַסיק פּיעסעס. אין די ערשטע יאָרן נאָך דער גרינדונג פֿון “פֿאָרווערטס", אין 1897, האָט קאָברין פֿאַרעפֿנטלעכט אין דער צײַטונג דערציילונגען און ראָמאַנען. אָבער דערנאָך האָט ער זיך צעקריגט מיטן “פֿאָרווערטס"-רעדאַקטאָר אַב. קאַהאַן. דאָס האָט אים געבראַכט, אויף אַ פֿערטל יאָרהונדעט, אין דער צײַטונג “דער טאָג". צום סוף פֿון זײַן לעבן האָט קאָברין געדרוקט זײַנע ווערק אין דער קאָמוניסטישער “מאָרגן-פֿרײַהייט".
“צוריק צו זײַן פֿאָלק", וואָס איז צום ערשטן מאָל געווען געשטעלט אין ניו-יאָרק אין 1917, געהערט גאָר ניט צו די בעסטע פּיעסעס פֿון לעאָן קאָברין. אָבער “צוריק צו זײַן פֿאָלק" איז געוואָרן אַ ווענדפּונקט אין דער געשיכטע פֿון די סאָציאַליסטיש-געשטימטע אַמעריקאַנער ייִדישע קולטור-קרײַזן. די דאָזיקע פּיעסע האָט אויפֿגעהויבן די פֿראַגע פֿון ייִדישן נאַציאָנאַליזם, וועלכער איז געוואָרן שטאַרקער בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה. אָט ווי עס האָט געשריבן וועגן דער פּיעסע מנחם קיפּניס (1878—1942), דער וואַרשעווער זשורנאַליסט, וועמענס אַרטיקלען פֿלעגן זיך באַווײַזן אויך אין “פֿאָרווערטס":
די האַנדלונג דערציילט אונדז אַ מעשׂה מיט אַן אַמעריקאַנער גבֿיר, מיסטער בלעק, וואָס האָט אַ מאָל, מיט 35 יאָר צוריק, פֿאַרלאָזט לאָדזש, אַוועק קיין אַמעריקע, זיך געשמדט, חתונה געהאַט, געהאַט קינדער, פֿאַרדינט אַ גרויס פֿאַרמעגן. נאָר אויף דער עלטער האָט זיך אין אים דערוועקט אַ בענקשאַפֿט צוריק צו זײַן פֿאָלק. עס נאָגט אין אים, עס ציט אים, ער האָט קיין רו ניט אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט ביז ער פֿאַרלאָזט זײַן קריסטלעך-רעליגיעז ווײַב, זײַן אַנטיסעמיטישן זון מיט זײַן גאַנץ פֿאַרמעגן און פֿאָרט אַוועק ווי אַ צוריקגעוואָרענער ייִד קיין ארץ-ישׂראל.
זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז אַזוי שנעל גייט דאָס ניט צו. עס קומען פֿאָר אינערלעכע קאַמפֿן און אויסערלעכע קאַמפֿן, צווישן דעם פֿאָטער, דעם בעל-תּשובֿה, און זײַן פֿרוי און זײַן זון, דעם גרויסן שׂונא-ישׂראל, וואָס ווייסט ניט אַפֿילו די גאַנצע צײַט, אַז זײַן פֿאָטער אַליין איז אַ ייִד... און כּדי די האַנדלונג זאָל זיך ניט אָפּשפּילן אַזוי איינפֿאַך, מאַכט גאָט אַזוי, אַז די טאָכטער זײַנע איז דווקא אַ ייִדן-פֿרײַנדין, האָט ליב אַ ייִדישן מאָלער, וואָס קומט אַרײַן צו זיי אין שטוב און אַ דאַנק וועלכן דער אַלטער מיסטער בלעק ווערט מער מיטגעריסן צום ייִדישן געדאַנק. ער גייט מיט אים הערן אַ דרשה פֿון אַ לאָדזשער מגיד, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע אַגיטירן פֿאַר ציון, און דערקענט גאָר אין דעם מגיד מיט דער גרויסער באָרד זײַן אייגענעם ברודער, וואָס ער האָט איבערגעלאָזט ווען יענער איז געווען אַ קליין ייִנגעלע אין לאָדזש, בעת ער איז אַוועק קיין אַמעריקע.
פֿון מ. קיפּניסעס טעאַטראַלע נאַטיצן, געדרוקט אין דער וואַרשעווער צײַטונג “הײַנט" דעם 19טן אויגוסט, 1927