אויף די שפּורן פֿון קינד און קײט


אין די אַלטע ווײַטע צײַטן האָט געלעבט איינער אַן אָרעמער ייִד, וואָס זײַן פּרנסה איז געווען דרייען שטריק. מ׳האָט אים טאַקע אַזוי גערופֿן — מאָטל דער שטריק־דרייער. צווישן אַלע שטריק־דרייערס אינעם שטעטל איז מאָטל געווען דער אָרעמסטער שטריק־דרייער. אַזוי אָרעם איז מאָטל געווען, אַז ער האָט אַפֿילו ניט געהאַט מיט וואָס צו קויפֿן קלאָטשע צו דרייען זײַנע שטריק. פֿלעגט ער אַרומגיין איבערן שטעלט און צונויפֿקלײַבן שטיקלעך אַלטע קלאָטשעס, וואָס זײַנען פֿאַרבליבן פֿון צעריסענע שטריק און זעק.
איין מאָל גייט פֿאַרבײַ זײַן שטיבל אַ רײַכער פּריץ און זעט ווי מאָטל מוטשעט זיך, נעבעך, צונויפֿדרייענדיק פֿון די שטיקלעך קלאָטשע אַ גאַנצן שטריק. פֿרעגט אים דער פּריץ:
— וואָס מוטשעסטו זיך, ייִד?
— איך האָב ניט קיין נײַע קלאָטשע צו מאַכן מײַנע שטריק.
האָט דער פּריץ אַרויסגענומען אַ זעקעלע מיט געלט און האָט געזאָגט:
— איך גיב דיר דאָ דרײַ הונדערט רענדלעך, זאָלסטו צורעכט מאַכן דעם דאַך פֿון דײַן שטיבל און זיך קויפֿן אַ נײַע קלאָטשע צו מאַכן שטריק.
מאָטל, אַ גליקלעכער, האָט באַדאַנקט דעם פּריץ, געכאַפּט דאָס געלט און איז אַרײַן אין שטוב. קודם־כּל, האָט ער געגעבן דעם ווײַב אַ רענדל אויף וועטשערע, דערנאָך געלאָפֿן אין מאַרק זיך קויפֿן אַ נײַ היטל.
ווען מאָטל און זײַן ווײַב האָבן אָפּגעגעסן די וועטשערע, האָט מאָטל גענומען דאָס זעקעלע מיט די פֿאַרבליבענע רענדלעך, זיי אַרײַנגעלייגט אין דעם נײַעם היטל און דאָס היטל מיט די רענדלעך אָנגעטאָן אויפֿן קאָפּ. אַזוי, האָט ער געטראַכט, וועט זײַן זיכער סײַ פֿאַרן היטל און סײַ פֿאַרן געלט. און מאָטל האָט זיך געלייגט שלאָפֿן.
גיי אָבער זײַ אַ חכם. בײַ נאַכט איז אינעם לאָך פֿונעם צעבראָכענעם דאַך אַרײַנגעפֿלויגן אַ קראָ, אַראָפּגעכאַפּט אינעם שנאָבל דאָס היטל צוזאַמען מיטן זעקעלע רענדלעך און איז אַרויסגעפֿלויגן דורך דעם זעלבן לאָך. גיי יאָג זיך נאָך אַ פֿויגל! אין דער פֿרי שטייט מאָטל אויף — ניטאָ ניט זײַן נײַ היטל און ניט דאָס זעקעלע מיט די רענדלעך. וואָס בלײַבט אַ קבצן? זיך אַ קראַץ טאָן דעם נאַקן און זאָגן: “אַז עס גייט ניט, גייט ניט פֿון אַלע זײַטן."
דרייט מאָטל זיך שוין ווידער אַרום איבערן שטעטל און קלײַבט צונויף אַלטע קלאָטשעס צו מאַכן זײַנע שטריק. אין אַ צײַט אַרום גייט פֿאַרבײַ זײַן שטיבל דער זעלבער רײַכער פּריץ. דערזען מאָטלען בײַ דער זעלבער אַרבעט, פֿרעגט ער בײַ אים:
— דו דרייסט שוין ווײַטער דײַנע שטריק פֿון אַלטע קלאָטשעס? וווּ האָסטו אַהין געטאָן דאָס געלט?
דערציילט אים מאָטל די גאַנצע געשיכטע, אַז דאָס געלט איז פֿאַרפֿאַלן געוואָרן, צוזאַמען מיטן נײַעם היטל, און אַז עס גייט ניט, גייט ניט פֿון אַלע זײַטן.
האָט דער פּריץ אים אויסגעהערט, זיך באַקלערט אַ ביסל און געזאָגט:
— נאַ, כ׳גיב דיר דאָ נאָך אַ מאָל דרײַ הונדערט רענדלעך, ס׳זאָל אַזעלכעס מער ניט טרעפֿן!
— חלילה־וחס! גאָט באַהיט!
מאָטל האָט ווידער שטאַרק אָנגעדאַנקט דעם פּריץ פֿאַר דער צווייטער מתּנה, אַרײַנגעלאָפֿן אין שטוב און דערלאַנגט אַ רענדל זײַן ווײַב אויף וועטשערע. ווען זי איז אַוועקגעלאָפֿן אין מאַרק אײַנקויפֿן, האָט ער געכאַפּט דעם טאָפּ מיט קלײַען, וואָס איז געשטאַנען פֿאַררוקט אין אַ ווינקל און האָט אַהין באַהאַלטן דאָס זעקעלע מיט די רענדלעך. זײַן ווײַב האָט ער וועגן דעם גאָרניט געזאָגט: ווי זי ווייסט ניט, זאָל איר ניט שאַטן!
טרעפֿט זיך אויפֿן אַנדערן טאָג, אַז ווען מאָטל איז ניט געווען אין דער היים, זאָל לעבן דעם שטיבל זיך אָפּשטעלן אַ באַלעגאָלע און ער פֿרעגט:
— באַלעבאָסטעניו, אפֿשר האָט איר אפֿשר עפּעס צו עסן פֿאַר מײַן פֿערדל?
— כ׳האָב גאָרניט... סײַדן אַ טאָפּ מיט קלײַען, וואָס שטייט דאָ אין אַ ווינקל.
האָט דער באַלעגאָלע אָפּגעקויפֿט בײַ איר דעם טאָפּ מיט קלײַען פֿאַר אַ שטיקל זייף און איז אַוועקגעפֿאָרן.
מאָטל קומט אַהיים און זעט, אַז דער טאָפּ איז ניטאָ. פֿרעגט ער בײַם ווײַבל:
— וווּ איז דער טאָפּ מיט קלײַען?
דערציילט זי דעם מאַן, אַז זי האָט דעם טאָפּ, צוזאַמען מיטן ביסל קלײַען, אַוועקגעגעבן פֿאַר אַ שטיקל זייף.
— וואָס וועט עס שטיין אומזיסט? — האָט זי געטענהט, — קיין ציג האָבן מיר ניט צו עסן די קלײַען, אַזוי וועט כאָטש זײַן אַ שטיקל זייף אין שטוב.
אַז דער מאַן האָט דאָס דערהערט, האָט ער זיך געוואָלט אַ מעשׂה טאָן. אָבער ווי זאָגט מען, אין אַ שטוב פֿון אַ שטריק־דרייער פֿעלט אויס אַ שטריק. ס׳האָט גאָרניט געהאָלפֿן, מאָטל האָט זיך געמוזט ווײַטער שטעלן דרייען זײַנע שטריק פֿון אַלטע קלאָטשעס. אַז עס גייט ניט, גייט ניט פֿון אַלע זײַטן.
אין אַ צײַט אַרום שטעלט זיך אין דעם שטעלט אַרײַן דער פּריץ, באַגלייט מיט זײַן עקאָנאָם. זעט ער ווידער דאָס זעלבע בילד. האָט עס אים שטאַרק פֿאַרדראָסן: אַ ייִד זאָל זיך אַזוי ניט אויסטויגן צו אַ געשעפֿט. האָט ער געטאָן אַ מאַך מיט דער האַנט און איז אַוועקגעגאַנגען. מאָטל איז אים נאָכגעלאָפֿן, געוואָלט דערציילן וואָס ס׳האָט דאָס מאָל פּאַסירט, אָבער דער פּריץ איז שוין געווען ווײַט אַוועק.
איז מאָטל נאָכגעלאָפֿן דעם עקאָנאָם און האָט אים אַלץ דערציילט וועגן דעם טאָפּ מיט קלײַען און דער נאַרישקייט, וואָס זײַן ווײַב האָט אָפּגעטאָן פֿאַר אַ שטיקל זייף.
— איך קען דיר גאָרניט העלפֿן! — זאָגט דער עקאָנאָם, און פֿאַר רחמנות צוגעגעבן: — איך האָב אין מײַן קעשענע אַ שטיקל בלײַ, נאַ דאָס דיר, ס׳וועט דיר צוניץ קומען!
מאָטל האָט גענומען דאָס שטיקל בלײַ און איז אַהיימגעקומען. אין דער היים האָט ער דאָס שטיקל בלײַ באַקוקט און באַטראַכט, און פֿאַרשטאַנען, אַז ס׳האָט גאָרניט קיין ווערט. ער האָט עס אַ וואָרף געטאָן אויף דער ערד און געזאָגט ווי זײַן שטייגער איז: “אַז עס גייט ניט, גייט עס ניט פֿון אַלע זײַטן!"
זײַן ווײַב האָט אָבער פֿון גאָרניט געוווּסט. זעט זי, אויף דער ערד ליגט עפּעס אַ שטיקל בלײַ, הייבט זי עס אויף און לייגט עס אַוועק אויפֿן טיש. וואָס וועט זיך עס וואַלגערן?! מאַכט זיך גראָד, ווען דער שטריק־דרייער איז ניט געווען אין דער היים, קומט צו אַ פֿישער, וואָס האָט געוווינט דערנעבן און פֿרעגט זי:
— באַלעבאָסטעניו, אפֿשר האָט איר עפּעס אַ שווערע זאַך צו מאַכן שווער מײַן נעץ?
— כ׳האָב גאָרניט... סײַדן אַ שטיקל בלײַ וואָס ליגט דאָ אויפֿן טיש. נעמט עס אײַך!
דער פֿישער האָט צוגענומען דאָס שטיקל בלײַ און האָט צוגעזאָגט דער שכנה צו ברענגען איר דעם ערשטן פֿיש וואָס ער וועט כאַפּן.
איז ער אַוועק צום טײַך און אַרײַנגעלייגט דאָס שטיקל בלײַ אין זײַן נעץ. ווערט די נעץ שווערער און איז אַראָפּ טיפֿער אין וואַסער. ס׳האָט לאַנג ניט גענומען, האָט דער פֿישער געכאַפּט אַ גרויסן פֿיש. ווי צוגעזאָגט, האָט ער דעם ערשטן פֿיש אָפּגעטראָגן צו מאָטלס ווײַב.
— דאָ האָט איר אַ שיינעם פֿיש אויף שבת! עסט געזונטערהייט!
די ייִדענע האָט אָפּגעדאַנקט דעם פֿישער אַ פֿולן ספּאָדיק און זיך גענומען מאַכן דעם פֿיש. ווי נאָר זי האָט אים אָפּגעשאָבן און אויפֿגעשניטן דעם בויך, האָט עפּעס אַ בלישטש געטאָן מיט אַזאַ ליכטיקייט, אַז זי איז, נעבעך, שיִער ניט בלינד געוואָרן.
פֿאַר נאַכט קומט דער מאַן און זעט די גאַנצע שטוב שײַנט. ער קוקט זיך אום און זעט, אַז זײַן ווײַב זיצט אונטערן טיש. פֿרעגט ער זי:
— וואָס טוסטו דאָרט און וואָס איז די שײַן?
דערציילט זי אים די גאַנצע מעשׂה וועגן דעם שטיקל בלײַ, וואָס זי האָט געגעבן דעם פֿישער, און אַז דער פֿישער האָט געבראַכט דעם פֿיש, און אַז ווען זי האָט אויפֿגעשניטן דעם בויך פֿונעם פֿיש, האָט פֿון דאָרט אַ זעץ געטאָן די העלע שײַן. און זי האָט שטיל פֿאַרענדיקט:
— פֿונעם פֿיש קוקט אַרויס די עין־הרע, אַ בייז אויג!
גייט מאָטל פּאַוואָליע צו צום טיש, בייגט זיך אָן צום פֿיש און זעט, אַז פֿונעם אויפֿגעשניטענעם בויך איז אַרויסגעפֿאַלן אַ שטיין. דווקא דער דאָזיקער שטיין בלישטשעט מיט אַלערליי קאָלירן. מאָטל איז טאַקע געווען אַ שטריק־דרייער, אַן אָרעמאַן, אָבער ניט קיין נאַר. ער האָט גלײַך פֿאַרשטאַנען, אַז דער שטיין איז ניט קיין פּשוטער שטיין. ער האָט אים אײַנגעוויקלט אין אַ שמאַטע און איז אַוועקגעלאָפֿן דעם וווּנדער ווײַזן דעם גאָלדשמיד, פֿרעגן אים וויפֿל ס׳איז ווערט. ווי נאָר דער גאָלדשמיד האָט צעוויקלט די שמאַטע און אַרויסגענומען דעם שטיין, איז ער געבליבן זיצן אַ געפּלעפֿטער. קוים געקומען צו זיך, האָט ער אויסגעשריִען:
— אוי וויי, ס׳איז דאָך גאָר אַ טײַערער שטיין! וווּ האָט איר אים גענומען?
מאָטל האָט שוין אָבער די פֿראַגע ניט געהערט; פֿאַר זײַנע אויגן האָט אָנגעהויבן וואַקסן אַ באַרג נײַע קלאָטשעס. פֿאַרכּישופֿט פֿון דעם בילד, האָט ער שטיל געפֿרעגט:
— וויפֿל איז דער שטיין ווערט?
האָט דער גאָלדשמיד געענטפֿערט:
— וויפֿל פּינקטלעך דער דימענט איז ווערט, ווייס איך ניט, אָבער אַז צוויי מדינות זאָלן צוזאַמעננעמען דאָס גאַנצע גאָלד און זילבער, און אַלע אוצרות זייערע, וואָלטן זיי נאָך אַלץ ניט פֿאַרמאָגט אַזוי פֿיל, וויפֿל דער דימענט איז ווערט!
דערהערט פֿונעם גאָלדשמיד פֿון אַזוי פֿיל אוצרות, איז מאָטל שוין געווען אויף אַ האָר צו זײַן אַראָפּ פֿון זינען. ער האָט געקלערט און געקלערט און דערנאָך געזאָגט דעם גאָלדשמיד:
— איך וויל אים פֿאַרקויפֿן...
האָט דער גאָלדשמיד זיך צעלאַכט:
— איך ווייס, אַז איר ווילט, אָבער קיינער וועט בײַ אײַך דעם דימענט ניט קויפֿן, ווײַל ס׳איז ניטאָ אַזאַ מענטש אויף דער וועלט, וואָס זאָל פֿאַרמאָגן אַזוי פֿיל געלט.
— וואָס זשע זאָל איך טאָן?
— גאָרניט!
ווערט דער שטריק־דרייער אויפֿגעבראַכט:
— פֿון וואָס זשע וועל איך ציִען די חיונה, אַז איך וועל ניט האָבן קיין געלט צו קויפֿן נײַע קלאָטשעס?
דערהערט די טענה, האָט דער גאָלדשמיד זיך אָנגערופֿן:
— שאַט, איך האָב אַן עצה: הייסט מיר דעם דימענט צעהאַקן אויף קליינע שטיקלעך, וועט איר פֿאַר דעם קלענסטן שטיקעלע קאָנען אָפּקויפֿן מאַיאָנטקעס, און וואָס איר וועט נאָר וועלן!
און אַזוי איז טאַקע געבליבן: דער גאָלדשמיד האָט צעהאַקט דעם דימענט אויף קליינע שטיקלעך און דער שטריק־דרייער האָט אַלע מאָל אַרויסגענומען אַן אַנדער שטיקעלע דימענט און אָפּגעקויפֿט דערמיט אַ הויז, אַ פֿעלד, אַ וואַלד און אַזוי איז ער געוואָרן אַ רײַכער ייִד. איצט האָט מען שוין אין זײַן פּאַלאַץ קיין סימן פֿון קיין קלאָטשע ניט געקאָנט אָפּזוכן. אַ קלייניקייט — אַ נגיד! אַלע פּריצים פֿון אַרום האָבן זיך מיט אים גערעכנט, ווי מיט זייער אַ גלײַכן.
איין מאָל האָט איינער פֿון די פּריצים געמאַכט זייער אַ גרויסן באַל. האָט ער אַוודאי אויך פֿאַרבעטן מאָטלען מיט זײַן ווײַב. האָבן זיי זיך אויסגעפּוצט אין עסיק און אין האָניק, אײַנגעשפּאַנט דאָס שענסטע פֿערד אין דער שיינער בריטשקע און זײַנען אַוועקגעפֿאָרן צום באַל.
פֿאָרנדיק אַהין, זעט מאָטל ווי עס שטייט אויף אַ בערגל אַ שוואַרצע קראָ און פּיקט מיטן שנאָבל עפּעס אַ באַקאַנטע זאַך. איז אים געוואָרן טשיקאַווע צו וויסן, וואָס דאָס זאָל זײַן. קריכט ער אַראָפּ פֿון דער בריטשקע, גייט צו צו דעם אָרט און... גאָט איז אַן עדות: די קראָ פּיקט זײַן היטל מיט די רענדלעך, וואָס ס׳איז בײַ אים פֿאַרפֿאַלן געוואָרן. האָט ער דעם אוצר גענומען און זיך געלאָזט ווײַטער אויף זײַן וועג.
אָפּפֿאָרנדיק אַזוי אַ פּאָר מײַל, האָט מאָטל באַמערק, אַז ס׳איז אים אויסגעגאַנגען דאָס עסן פֿאַרן פֿערד. שטעלט ער זיך אָפּ לעבן אַ קליין הײַזל און פֿרעגט דאָרט בײַ דער ייִדענע, צי זי האָט ניט עפּעס צו עסן פֿאַר זײַן פֿערד. זאָגט די ייִדענע:
— איך האָב גאָרניט... סײַדן אַ ביסעלע קלײַען אין אַ טאָפּ, וואָס שטייט אין אַ ווינקל.
נעמט מאָטל בײַ דער ייִדענע דעם טאָפּ און וויל אים צוטראָגן צום פֿערד. דערזעט זײַן ווײַב דעם טאָפּ הייבט זי אָן צו שרײַען:
— מאָטל, ס׳איז דאָך דער טאָפּ, וואָס כ׳האָב אַוועקגעגעבן דעם באַלעגאָלע פֿאַר אַ שטיקל זייף!
דערהערט ווי זײַן ווײַב שרײַט, איז אים אַרויסגעפֿאַלן דער טאָפּ פֿון די הענט און פֿון דאָרט האָבן זיך אַרויסגעשאָטן גאָלדענע רענדלעך, טאַקע יענע, וואָס ער האָט דאָרט באַהאַלטן. האָט מאָטל זיי צונויפֿגעקליבן און געזאָגט:
— אַז עס גייט, גייט עס שוין פֿון אַלע זײַטן!