‫ייִדישע מאָזאַיִק

ס’איז ניט קיין סוד, אַז שלום-עליכם ווערט איצט געלייענט, דער עיקר, אויף אַנדערע שפּראַכן, ניט אויף ייִדיש. די סיבה איז אַ פּשוטע: דער ייִדישער לייענער פֿון זײַנע ווערק איז כּמעט ניט בנימצא. פֿאַרבונדן איז אַזאַ מצבֿ ניט נאָר מיט דער צאָל מענטשן, וואָס קענען איבערלייענען אַ ייִדישן טעקסט. די זאַך איז אַז, ערשטנס, נאָר זייער אַ קליינער חלק פֿון אָט די ייִדיש-לייענענדיקע לײַט (בדך-כּלל פֿרומע) וועלן נעמען אין די הענט אַ בוך פֿון אַזאַ "טריפֿהנעם" שרײַבער. צווייטנס, אויב זיי וועלן אַפֿילו עפֿענען שוין יאָ אַזאַ בוך, וועט זיי זײַן גאַנץ שווער צו פֿאַרשטיין שלום-עליכמס פּראָזע. אי די שפּראַך איז אַנדערש אין פֿאַרגלײַך מיט דעם ייִדיש וואָס דער פֿרומער עולם רעדט הײַנט-צו-טאָג, אי די סבֿיבֿה און די געשעענישן, באַשריבן דורך דעם ייִדישן קלאַסיקער, זײַנען זייער ווייניק באַקאַנט אין די איצטיקע חרדישע קרײַזן.
מע קען ניט זאָגן, אַז די איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמס ווערק ווערן צעכאַפּט דורך דעם מאַסן-לייענער. זײַן נאָמען איז ברייט באַקאַנט מערסטנטייל אַ דאַנק די מאָדערנע גילגולים פֿון זײַנע ווערק; קודם-כּל, פֿון דעם "פֿידלער אויפֿן דאַך". און דאָך האָבן זײַנע ווערק לייענער (זאָל זײַן אַ באַגרענעצטע צאָל) אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן. און די צאָל איבערזעצונגען האַלט אין איין וואַקסן. בפֿרט נאָך, אַז אַזאַ לעקטור ווערט גענוצט אויף די לערן-קורסן פֿון פֿאַרשיידענע ניוואָען.
פֿאַר די איבערזעצער בלײַבט שלום-עליכם אַ "שווערער" שרײַבער. באַזונדערס שווער איז איבערצוגעבן זײַן הומאָר, וואָס איז אָפֿט מאָל באַזירט אויף אַ קאָמישן צונויפֿשטויס פֿון פֿאַרשיידענע לעקסישע קאָמפּאָנענטן, למשל, סלאַווישע און לשון-קודשדיקע. ווי אַזוי קען מען עס אָפּשפּיגלען אויף ענגליש, רוסיש צי פֿראַנצויזיש? אָדער וואָס טוט מען מיטן שרײַבערס רמזים אויף תּנ״ך אָדער תּלמוד, אויף כּלערליי ייִדישע מינהגים? שלום-עליכם פֿלעגט דאָך אַליין אינסטרוקטירן זײַנע איבערזעצער, זיי זאָלן באַפֿרײַען זייערע פֿאַרטײַטשונגען פֿון צו פֿיל ייִדישע אַלוזיעס. בכלל, "דע-ייִדישיזאַציע" איז שוין לאַנג אַ פֿאַרשפּרייטער פֿענאָמען אין איבערזעצונגען פֿון ייִדישע מחברים בכלל, און פֿון שלום-עליכמען, בפֿרט.
הקיצור, אַ סך אויספּרוּוון שטייען אויפֿן וועג פֿון דעם מענטש, וועלכער האָט זיך אַרויסגערופֿן צו פֿאַרטײַטשן דעם ייִדישן קלאַסיקערס ווערק פֿאַר אַן עולם, וואָס לעבט זיך אויס אין אַן אַנדער שפּראַך און אַן אַנדער קולטור. ניט צופֿעליק האָט אַ ווערק אָפֿט מאָל עטלעכע איבערזעצונגען. דער נוסח, וואָס איז געווען אפֿשר גוט פֿאַר די לייענער פֿון אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט, ווערט דערנאָך פֿאַרביטן דורך נײַע פֿאַרטײַטשונגען, וועלכע קלינגען בעסער און קלאָרער פֿאַר די שפּעטערדיקע דורות.

* * *

אין אויגוסט 2010 האָט זיך אין אָקספֿאָרד צונויפֿגעקליבן אַ גרופּע ליטעראַטור-קענער און היסטאָריקער, כּדי צו באַטייליקן זיך אין אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון וועלכער האָבן געשטעלט דעם ציל צו אַנאַליזירן די היסטאָרישע דערפֿאַרונג פֿון איבערזעצן שלום-עליכמען. דעם גערעם פֿונעם אַנאַליז האָט מען באַגרענעצט מיט אייראָפּע. די אידעע פֿון דער דאָזיקער באַגרענעצונג איז געווען אַזאַ: די רײַכע און אייגנאַרטיקע דערפֿאַרונגען פֿון צפֿון- און דרום-אַמעריקע, ווי אויך פֿון ישׂראל, פֿאַרדינען, מע זאָל זיי אַנאַליזירן באַזונדער.
אַיצט האָט דער אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג "לעגענדאַ" אַרויסגעגעבן אַ באַנד, Translating Sholem Aleichem: History, Politics, and Art, וואָס איז באַזירט אויף די רעפֿעראַטן, צוגעגרייט פֿאַר יענער קאָנפֿערענץ (זען http://www.legendabooks.com/titles/isbn/9781907975004.html). דאָס איז שוין דער צענטער באַנד אין דער סעריע "שטודיעס פֿון ייִדיש", וואָס דער דאָזיקער אָקספֿאָרדער פֿאַרלאַג גיט אַרויס. פֿאַקטיש, איז עס הײַנט-צו-טאָג די איינציקע סטאַבילע סעריע אַקאַדעמישע ביכער, געווידמעט ייִדיש. ס’איז שוין אַנאָנסירט געוואָרן, אַז די צוויי קומענדיקע בענדער פֿון אָט דער סעריע וועלן זיך באַשעפֿטיקן מיט די שרײַבער יוסף אָפּאַטאָשו און דער ניסתּר.
ס’איז באַוווּסט, אַז רוסיש האָט געשפּילט זייער אַ גרויסע ראָלע אין שלום-עליכמס לעבן. דאָס איז געווען די שפּראַך, אויף וועלכער ער האָט גערעדט אין דער היים — מיט זײַן ווײַב און זײַנע קינדער. אויף רוסיש האָט ער געשריבן ס’רובֿ זײַנע בריוו. עס זײַנען דאָ אויך אַ צאָל דערציילונגען, וועלכע שלום-עליכם האָט אָנגעשריבן אויף רוסיש. קיין חידוש ניט, אַז דווקא די רוסישע איבערזעצונגען (ווי אויך די דערמאָנטע אָריגינעלע ווערק אויף רוסיש) פֿאַרנעמען דאָס צענטראַלע אָרט אין דעם היסטאָריש-ליטעראַרישן אַנאַליז, וואָס עס לייגט פֿאָר דער נײַער באַנד.
ווי נאָך איין בײַ-פּראָדוקט פֿון דער קאָנפֿערענץ, זײַנען אין דעם מאָסקווער זשורנאַל Новое литературное обозрение ("נײַער ליטעראַרישער איבערזיכט") אַרויס דרײַ אַרטיקלען אויף דער טעמע "פּאַראַדאָקסן פֿון אַ ליטעראַרישער רעפּוטאַציע: שלום-עליכם ווי אַ רוסיש-סאָוועטישער קלאַסיקער" — זען http://www.nlobooks.ru/node/1990.
בינו-לבינו (שוין אָן אַ שײַכות צו דער קאָנפֿערענץ), איז אין קיִעוו אַרויס דאָס ערשטע בוך פֿון אַ נײַער פּובליקאַציע — אויף ייִדיש און רוסיש — פֿון שלום-עליכמס ווערק. לויט דעם פּלאַן, וועלן אַרויסגיין נאָך דרײַ בענד פֿון אָט דער אויסגאַבע.