אָנהייב מײַ האָט דער ערשטער קאַנאַל פֿון דער ישׂראלדיקער טעלעוויזיע געוויזן אַ נײַעם דאָקומענטאַלן פֿילם, וואָס הייסט "דער חב״ד-רבי און דער דײַטשישער אָפֿיציר". דער פֿילם דערציילט ווי אַזוי הרבֿ יוסף-יצחק שניאורסאָן, דער זעקסטער ליובאַוויטשער רבי, האָט זיך אַרויסגעריסן פֿון פּוילן אין יאָר 1939, ווען דאָס לאַנד איז שוין געווען פֿאַרכאַפּט דורך די דײַטשן. דער סיפּור-המעשׂה גופֿא איז ניט קיין נײַער. ער איז שוין באַקאַנט פֿון אַ צאָל פּובליקאַציעס. אָבער פֿאַר אַ סך ישׂראלים איז עס בלי-ספֿק געווען אַן אַנטפּלעקנדיקע געשיכטע.


אין די ערשטע טעג פֿון דער אָקופּאַציע האָט זיך דער ליובאַוויטשער רבי אויסבאַהאַלטן אין וואַרשע. אָבער לאַנג האָט עס ניט געדויערט, ווײַל די דײַטשישע מיליטערישע אויסשפּיר-דינסט "אַבווער" האָט אים געפֿונען. אָבער זי האָט עס געטאָן, כּדי דערמעגלעכן דעם רבינס אויסוואַנדערונג קיין לעטלאַנד, בפֿרט נאָך, אַז ער האָט געהאַט אַ לעטישן פּאַס. מיט דער גאַנצער אָפּעראַציע האָט אָנגעפֿירט אַן אָפֿיציר פֿון "אַבווער" מיטן נאָמען ערנסט בלאָך.

בלאָך, דעמאָלט אַ מאַיאָר, איז געווען פֿון אַ געמישטער אָפּשטאַמונג (אַ "מישלינג", לויט דער נאַציסטישער טערמינאָלאָגיע): זײַן פֿאָטער איז געווען אַ ייִד און די מוטער — אַ קריסטלעכע דײַטשקע. אַ וועטעראַן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, האָט ער זיך באַשעפֿטיקט אין "אַבווער" מיט עקאָנאָמישן שפּיאָנאַזש. דער שעף פֿון "אַבווער", אַדמיראַל קאַנאַריס, האָט געהאַלטן פֿון אים און אויסגעפּועלט בײַ היטלערן אַ דערלויבעניש צו האַלטן אַ "מישלינג" אין זײַן דינסט. אין 1943 האָט בלאָך וואָלונטירט צו דינען אויפֿן מיזרח-פֿראָנט און האָט עפּעס אַ צײַט קאָמאַנדעוועט דאָרטן מיט אַ פּאָלק (רעגימענט). אָבער, סוף-כּל-סוף, האָט מען אים, ווי אַ האַלבן ייִד, ניט געוואָלט מער טאָלערירן אין דער אַרמיי. שפּעטער איז ער ווידער געווען אויפֿן פֿראָנט און איז אומגעקומען עטלעכע וואָכן פֿאַר דער מפּלה פֿון דײַטשלאַנד.

אין 1939 האָט ערנסט בלאָך געהאָלפֿן דעם רבי, ווײַל — ווי אַן אָפֿיציר — האָט ער באַקומען אַזאַ באַפֿעל פֿון קאַנאַריסן. די גאַנצע געשיכטע האָט אָפּגעשפּיגלט די באַמיִונגען פֿון צוויי צדדים — דעם דײַטשישן און דעם אַמעריקאַנער — צו "פֿאַרדינען" עפּעס פּאָליטיש פֿון העלפֿן דער אָנגעזעענער ייִדישער פֿיגור. די נאַציסטן האָבן דעמאָלט געהאָפֿט, אַז זיי וועלן קענען אונטערהאַלטן באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. און די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט געוואָלט זיך אויספֿײַנען פֿאַר די ייִדן, בפֿרט אין דעם אַנטיסעמיטישן קלימאַט פֿון יענער צײַט.

פֿון לעטלאַנד איז דער רבי אין מאַרץ 1940 אָנגעקומען קיין ניו-יאָרק און פֿאַרלייגט דאָרטן דעם יסוד פֿאַר דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ליובאַוויטשער באַוועגונג. דעם סך-הכּל פֿונעם ערשטן יאָר פֿון דעם רבינס לעבן אין אַמעריקע האָט אין "פֿאָרווערטס" אונטערגעצויגן חיים-אַבֿרהם הורוויץ, וואָס פֿלעגט אונטערשרײַבן זײַנע אַרטיקלען מיטן פּסעוודאָנים ח. וויטאַל. אַ דערפֿאַרענער זשורנאַליסט, האָט ער זיך באַשעפֿטיקט מיט דער דאָזיקער מלאָכה אין בולגאַריע, שוועדן און פּוילן; געווען זינט 1937 אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאָרווערטס" אין וואַרשע. אין יאָר 1941 איז ער אָנגעקומען קיין אַמעריקע און גלײַך געוואָרן אַן אינעווייניקסטער מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג.

אין זײַן אַרטיקל "דער ליובאַוויטשער רבי פֿירט אַ גרויסע ישיבֿה אין ברוקלין" ("פֿאָרווערטס", דעם 15טן יוני 1941), האָט ח. וויטאַל באַשריבן, דער עיקר, די ישיבֿה, וואָס דער רבי האָט געעפֿנט אין ניו-יאָרק. "שוין אַ פֿיר חדשים ווי דער גמרא-ניגון הערט זיך פֿון 770 איסטערן פּאַרקוויי, ברוקלין. דער זעלביקער אַלטער גמרא-ניגון, וועלכער באַגלייט דעם רבין און זײַן ישיבֿה אויף אַלע זייערע וואַנדערונגען."

דרך-אַגבֿ: לייענט אין "פֿאָרווערטס" וועגן די ליובאַוויטשער רביים:

https://yiddish2.forward.com/node/3629
https://yiddish2.forward.com/node/3553