|
770 איסטערן פּאַרקוויי, ברוקלין |
|
די חרדישע, בפֿרט די חסידישע, סבֿיבֿה, וואָס איז איצט אַזוי שטאַרק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט אין די פֿריִע יאָרן פֿון דער מיזרח-אייראָפּעיִשער ייִדישער אימיגראַציע פֿאַרנומען אַ ניט צו פֿאַרגלײַכן מער באַשיידן אָרט אין ניו-יאָרק און אַנדערע שטעט אין צפֿון-אַמעריקע. די רביים האָבן זיך גאָר ניט געאײַלט צו פֿאָרן אויפֿן מערבֿדיקן ברעג פֿון דעם אַטלאַנטישן אָקעאַן און ניט געעצהט זייערע חסידים צו פֿאָרן אַהין, ווײַל די "גאָלדענע מדינה" האָט ניט געהאַט קיין גוטן שם צווישן פֿרומע ייִדן. מע האָט געהאַלטן, אַז אין אַמעריקע גייען אַוועק אַ סך ייִדן אויף קרומע, גוייִשע וועגן.
דער מצבֿ האָט זיך געביטן בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, וועלכע האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אויך אין דעם לעבן פֿון חסידים און רביים. אַ סך פֿון זיי זײַנען געוואָרן פּליטים אין די לענדער, וווּ זיי האָבן געוווינט. אַזוי, אַז עמיגראַציע איז אָפֿט מאָל געווען דער איינציקער אויסוועג. צווישן די טויזנטער חסידים, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן קיין אַמעריקע, זײַנען אויך געווען די ליובאַוויטשער. אין 1923 האָבן זיי געשאַפֿן אין ניו-יאָרק אַן אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון חב״דניקעס. שפּעטער, ווען אייראָפּע איז אַרומגעכאַפּט געוואָרן מיטן פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה, האָט די דאָזיקע אַסאָציאַציע אָרגאַניזירט דעם גאַנצן פּראָצעס פֿון ברענגען דעם רבין יוסף-יצחק שניאורסאָן (1880—1950) און זײַן משפּחה קיין אַמעריקע. זיי זײַנען אָנגעקומען אין מאַרץ 1940.
דעם סך-הכּל פֿונעם ערשטן יאָר פֿון דעם רבינס לעבן אין אַמעריקע האָט אין "פֿאָרווערטס" אונטערגעצויגן חיים-אַבֿרהם הורוויץ (1893—1952), וואָס פֿלעגט אונטערשרײַבן זײַנע אַרטיקלען מיטן פּסעוודאָנים ח. וויטאַל. אַ דערפֿאַרענער זשורנאַליסט — האָט ער זיך באַשעפֿטיקט מיט דער דאָזיקער מלאָכה אין בולגאַריע, שוועדן און פּוילן; געווען זינט 1937 אַ קאָרעספּאָנדענט פֿון "פֿאָרווערטס" אין וואַרשע — איז ער אין יאָר 1941 אָנגעקומען קיין אַמעריקע און גלײַך געוואָרן אַן אינעווייניקסטער מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג.
אין זײַן אַרטיקל "דער ליובאַוויטשער רבי פֿירט אַ גרויסע ישיבֿה אין ברוקלין" ("פֿאָרווערטס", דעם 15טן יוני 1941), האָט ח. וויטאַל באַשריבן, דער עיקר, די ישיבֿה, וואָס דער רבי האָט געעפֿנט אין ניו-יאָרק. "שוין אַ פֿיר חדשים ווי דער גמרא-ניגון הערט זיך פֿון 770 איסטערן פּאַרקוויי, ברוקלין. דער זעלביקער אַלטער גמרא-ניגון, וועלכער באַגלייט דעם רבין און זײַן ישיבֿה אויף אַלע זייערע וואַנדערונגען."
די נײַע ישיבֿה איז ניט געווען ווילד-פֿרעמד אין דער שטאָט, וואָס האָט זיך דעמאָלט שוין געשניטן אויף אַ וויכטיקן רעליגיעזן צענטער, מיט אַכצן פֿונקציאָנירנדיקע ישיבֿות. אמת, האָט אונטערגעשטראָכן וויטאַל, זײַנען עס בדרך-כּלל ניט געווען די "העכסטע תּורה-אַנשטאַלטן" ווי אין דער אַלטער היים, נאָר צוגאָב-אינסטיטוציעס פֿאַר קינדער, וועלכע האָבן זיך גלײַכצײַטיק געלערנט אין געוויינטלעכע אַמעריקאַנער שולן. דאָך אַ טייל פֿון די ניו-יאָרקער ישיבֿות, אָדער "מתיבֿתּות", זײַנען געווען יאָ געפֿירט לויטן טראַדיציאָנעלן נוסח. די ליובאַוויטשער איז געווען איינע פֿון זיי.
דער רבי אַליין איז געקומען קיין אַמעריקע אַן אָפּגעשוואַכטער: "דער רבי איז נאָך גאָר נישט קיין אַלטער מאַן. ער איז איצט אין גאַנצן 60 יאָר אַלט. אָבער צוליב זײַנע טיפֿע איבערלעבונגען און אויפֿטרייסלונגען אין סאָוועט-רוסלאַנד איז ער שוואַך און קראַנק געוואָרן פֿאַר דער צײַט און קוים וואָס ער רעדט. און כּדי אַלע זאָלן הערן דעם רבינס תּורה, דעם רבינס חסידות, איז אין דער ישיבֿה אײַנגעאָרדנט געוואָרן אַ מיקראָפֿאָן." און וויטאַל דערמאָנט דעם לייענער, ווי דער רבי האָט זיך געמאַטערט אין רוסלאַנד און קוים זיך אַרויסגעריסן פֿון דאָרטן אַ לעבעדיקער.
די ליובאַוויטשער חסידים, דער חב״ד, זײַנען אָפּגעשניטן געוואָרן פֿון רוסלאַנד און דערנאָך פֿון פּוילן און לעטלאַנד. אָבער אין ניו-יאָרק, דער "הו-האַ-שטאָט", האָט זיך באַזעצט "דער רבי און זײַן משפּחה, דאָ זײַנען די אָפֿיסעס און פֿון דאַנען פֿאַרשפּרייט זיך אין וואָרט און אין שריפֿט די לערע פֿון חסידות, די לערע פֿון די ליובאַוויטשער רביים". וויטאַל האָט דערקלערט דעם לייענער די אייגנאַרטיקייטן פֿון דעם חב״ד: "דאָס חב״דישע חסידות איז גאָר אַן אַנדערע פֿון דעם פּוילישן, גאַליציאַנער אָדער פּאָדאָליער חסידות. חב״ד גריבלט זיך נישט אין איבערנאַטירלעכע זאַכן, חב״ד איז שׂכלדיקע חסידות. זי איז באַגרינדעט אויף חכמה, בינה און דעת, אויף פֿאַרשטאַנד און וויסן; עס איז ראַציאָנעלע חסידות. אַ חסידות וואָס מען קאָן באַגרײַפֿן מיטן פֿאַרשטאַנד, מיטן שׂכל, מיטן וויסן. איך וואָלט געזאָגט: אַ ליטווישע חסידות."
אינטערעסאַנט צו לייענען אַזעלכע ווערטער דווקא אין "פֿאָרווערטס", וואָס איז תּמיד געווען אַ וועלטלעכע צײַטונג. צוריק גערעדט, מיליטאַנטיש אַנטי-רעליגיעז איז זי ניט געווען. מע האָט פּשוט געהאַלטן, אַז מאָדערנקייט און פּראָגרעסיווקייט פּאָרט זיך ניט מיט פֿרומקייט, מחמת פֿרומקייט מיינט אָפּגעשטאַנענקייט. אָבער דער צוגאַנג האָט זיך אָנגעהויבן ביסלעכווײַז בײַטן, גלייב איך, סוף 1930ער יאָרן. איך נוץ "גלייב איך", ווײַל קיין פֿאָרשונגען פֿון אָט דער וויכטיקער דערשײַנונג זײַנען מיר ניט באַקאַנט. אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אַזאַ אַרטיקל, אָנגעשריבן מיט דרך-ארץ צום חב״ד, האָט ניט געקענט זיך באַווײַזן אין "פֿאָרווערטס" אין די 1920ער צי אַפֿילו פֿריִע 1930ער יאָרן.