ליטעראַטור, קהילה־לעבן

איין מאָל, אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן, באַווײַזט זיך אין דער צײַטונג "מעשענער פֿײַפֿל" אַן אַרטיקל פֿון ד״ר זשיטלאָווסקי: “די פֿרוי אין דער דינאַמישער אַטמאָספֿער פֿון די שאַפֿונגס־כּוחות אין דער פֿעאָדאַלער עפּאָכע". דערבײַ ברענגט ער אַזאַ שטעלע: “יאָ, אַלס באַווײַז פֿאַר דער ריכטיקייט פֿאַר מײַן טעאָריע קען איך ברענגען אַ פֿראַזע פֿון באַרימטן פֿילאָסאָף און טיפֿן אַנאַליטיש־רעוואָלוציאָנערן דענקער שינצע, וועלכע לויטעט: “די פֿרוי איז דער צימעס פֿון דער נאַטור". דער דאָזיקער אַפֿאָריזם, וועלכן ער האָט געשריבן אויפֿן פֿערציקסטן יאָר פֿון זײַן שאַפֿן, האָט געקענט בלויז אַרויסדרינגען פֿון אַ טיף דורכגעטראַכטער פֿילאָסאָפֿישער אָנשויונג אַלס פּועל־יוצא פֿון אַ קאָסמישער אַלץ אַרומכאַפּנדיקער סיסטעם".

פֿאָרװערטס־ייִחוס


קעגן אַלע קרענק און אומגליקן אויף דער וועלט ווערן געזוכט מיטלען און עצות. דאָקטוירים שרײַבן אַרטיקלען, דערפֿינדער מאַכן דערפֿינדונגען, חכמים גיבן עצות — אַלץ ווי אַזוי פּטור צו ווערן, צו באַקעמפֿן די און די קרענק, די און די אָנשיקעניש, אויסצוהיטן זיך פֿון דער און דער צרה.
עס ווערן געשריבן בראָשורן, מעטאָדן, האַנטביכער, ווי אַזוי זיך אויסצוהיטן פֿון שׂרפֿות, פֿון קאַטערס, פֿון מאָסקיטן, פֿון וואַנצן, פֿון היישעריקן, עפּידעמיעס, זונשלאַגן, בייזע הינט, מײַז, פֿאַרפֿלייצונגען, ים-קראַנקהייט, ציינווייטיק, געסט, הינעראויגן און אַנדערע אָנשיקענישן, וואָס זײַנען אָנגעשיקט געוואָרן אויף דעם זינדיקן מענטשן צו פּײַניקן אים אויף דער וועלט.
אָבער קיינער, קיינער האָט ניט געפּרוּווט עפּעס אַ טראַכט טאָן וועגן אַ מיטל קעגן איינער פֿון די גרעסטע אָנשיקענישן — די נודניקעס.
און וואָלט באמת עמעצער געפֿונען עפּעס אַ מיטל קעגן נודניקעס, וואָלט יענער אפֿשר געהאַט דעם גרעסטן פֿאַרדינסט פֿאַר דער מענטשהייט, נאָך אפֿשר מער, איידער די דערפֿינדער פֿון כלאָראָפֿאָרם, ראַדיאָ, שטויב-זויגער, רענטגען און דאָס גלײַכן.
משמעות, אַז די צרה פֿון נודניקעס איז אַן אומפֿאַרמײַדלעכע צרה, איינע פֿון יענע נאַטור-מכּות, וואָס די מענטשהייט לײַדט און לײַדט און האָט ניט דערצו קיין שום תּרופֿה.
שווער, זייער שווער איז דער קאַמף קעגן די נודניקעס.
ערשטנס, ווי אַזוי דערקענט מען זיי? וווּ זײַנען די סימנים זייערע, אַז מע זאָל זיי דערקענען?