‫פֿון רעדאַקציע

וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — דער פּענסיע־פּלאַן פֿון "בני־ברית אינטערנאַציאָנאַל" איז לעצטנס אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין די הענט פֿון אַ דרויסנדיקן פֿאַרוואַלטער: די אַמעריקאַנער רעגירונג — אַ שריט, וואָס האָט אַרויסגערופֿן זאָרג וועגן דער פֿינאַנציעלער צוקונפֿט פֿון דער אָנגעזעענער, 169־יאָריקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע.
דער פּענסיע־פּלאַן, אין וועלכן עס נעמען אָנטייל 500 מיטגלידער, האָט חובֿות, וואָס באַטרעפֿן 55.6 מיליאָן דאָלאַר, אָבער אַקטיוון פֿון בלויז 30.1 מיליאָן. דעם 11טן סעפּטעמבער האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג אָנגענומען דעם קאָנטראָל פֿון די אויסצאָלונגען. "די אַגענטור האָט אָנגענומען דאָס אַחריות, ווײַל ׳בני־ברית׳ וואָלט נישט געקאָנט באַצאָלן אירע חשבונות אָדער בלײַבן אַקטיוו, סײַדן מע וואָלט דעם פּענסיע־פּלאַן אין גאַנצן אַנולירט," האָט די אַגענטור דערקלערט.

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון באָריס סאַנדלער

דער רופֿא און דער שוסטער

אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער!

געזעלשאַפֿט, פּאָליטיק

אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן.
אין אַמעריקע, אָבער, קוקן אַ סך מענטשן אויף אייראָפּע מיט אַ חשד, גלײַך ווי דאָרטן געפֿינט זיך עפּעס אַן איבערגעקערטע וועלט. ס׳רובֿ זײַנען דאָרטן קיין מאָל ניט געווען. אַפֿילו איצט, ווען דער חלק פֿון אַמעריקאַנער בירגער וואָס האָבן אַ פּאַס איז דערוואַקסן אַזש ביז אַ דריטל, האָט מען וועגן אייראָפּע אַ ריין טעאָרעטישע פֿאָרשטעלונג. אייראָפּע שמעקט פֿאַר אַ היפּש ביסל אַמעריקאַנער מיט סאָציאַליזם, מיט ליידיקגייערײַ, מיט צו פֿיל מוסולמענער, וכ׳. די רעפּוטאַציע פֿון אייראָפּע איז געוואָרן נאָך ערגער אין דער לעצטער צײַט, ווען די יוראָ-זאָזע לעבט איבער אַ שאַרפֿן קריזיס.

ליטעראַטור

בײַ יונה סטעלמאַך איז געווען אַ שבת־צו־נאַכטס ווי אַלע מאָל. ער האָט געשפּאַנט איבערן שטיבל און נישט געהערט, ווי זײַן ווײַב נעכע האָט אים גערופֿן עסן וועטשערע:
— נו, וויפֿל מאָל דאַרף מען רופֿן? די בוריקלעך ווערן דאָך קאַלט!
— קאַלטע בוריקלעך־ראָסל איז נאָך געשמאַקער, — האָט יונה געזאָגט און זיך געזעצט עסן.
— פֿרומקע, גיי אויך צום טיש! — האָט נעכע אַ רוף געטאָן.
נאָר פֿרומקע איז, ווי פֿריִער, געזעסן אויף דער הילצערנער שלאָפֿבאַנק, מיטן אָפֿענעם ביכל אויף די קני. זי האָט פֿאַרפֿלאָכטן און פֿונאַנדערגעפֿלאָכטן דעם העל־ברוינעם צאָפּ. אירע באַקן האָבן זיך געצונדן און געלאָשן. אַ טיפֿער אומעט האָט אַראָפּגעקוקט פֿון איר פּנים און פֿון אירע גיך־גיך זיך פֿלעכטנדיקע בלייכע פֿינגער.

ליטעראַטור

נאָכן לוסטגאָרטן, וווּ ס׳איז אַמאָל געשטאַנען אַ צערקווע און הײַנט איז פֿון דער צערקווע געבליבן בלויז דער ציגלנער פֿונדאַמענט — דאָרט, צווישן שטיינער און ווילדע געוויקסן, איז געלעגן קיווקע גנבֿ. לעבן אים — אַ רעקל. אויפֿן רעקל — אַ בלוי טוכן היטל מיט אַ לעדערנעם דאַשיק. קיווקע האָט זיך געוואַרעמט. ס׳העמד אַרום האַלדז איז בײַ אים געווען צעקנעפּלט. ער האָט הנאה געהאַט, וואָס די סעפּטעמבער־זון בריט נישט מער, וואָס אַרום איז אַזאַ בלויע רחבֿות. און אין דער רחבֿות, וווּ עס טראָגן זיך אלול־פֿעדים, הערט זיך ס׳געקלימפּער פֿון טרוקענע בלעטער, הערט זיך אַ ווײַט גערודער פֿון ווילדע גענדז.
וווּהין פֿליִען די גענדז?

טעאַטער, ייִדיש־וועלט

המן־הרשע פֿירט מרדכי הצדיק אין "המנס מפּלה", אַ פּיעסע פֿון חיים סלאָוועס

אין אַ נײַעם באַנד וועגן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — ״Modern Yiddish Stage״ — רעדאַקטירט פֿון די פּראָפֿעסאָרן יואל בערקאָוויץ און באַרבאַראַ הענרי קען מען אויך לייענען אַ סך אינטערעסאַנטע אַרבעטן וועגן ייִדישער מוזיק; בפֿרט, וואָס שייך מוזיק אויף דער בינע. אַלע עסעען אינעם באַנד זענען אינטערעסאַנט, אָבער מיר וועלן נאָר באַטראַכטן די אַרבעטן וואָס רירן אָן די טעמע פֿון אונדזער רובריק, מוזיק.
די ייִדישע פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען אָפֿט געזונגען, און די לידער פֿון אליקום צונזער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועלוול זבאַרזשער, מיכל גאָרדאָן און יואל לינעצקי, צווישן אַנדערע, זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך געזאַנג, כאָטש מע האָט געוויינטלעך נישט געוווּסט ווער ס׳איז דער מחבר פֿונעם ליד. אַליסאַ קווינט שרײַבט וועגן דעם טערמין "פֿאָלקס־פּאָעזיע" לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זי דערמאָנט אונדז, אַז דער פֿרעפֿיקס "פֿאָלק" מיינט נישט, לאַוו־דווקא, אַז די פּאָעזיע איז פּשוט. די ביכער פֿון די דאָזיקע שרײַבער האָבן בפֿירוש געצילט אויף אַ מער סאָפֿיסטיצירטן עולם, נישט דאָס "פּראָסטע" פֿאָלק. אין איר פֿאָרמולירונג, האָבן זיי געשאַפֿן פֿאַרן סאַלאָן און נישט דער קרעטשמע.

ליטעראַטור

מײַנער אַ באַקאַנטער דערציילט:
מיט פּרוזדאַקן האָב איך אַמאָל געאַרבעט צוזאַמען בײַ אַ פֿאָטאָגראַפֿטשיק. איך האָב זיך געפֿילט זייער נאָענט צו אים, וואָרעם ער איז געווען זייער ענלעך צו מיר סײַ אין אויסזען, סײַ אין כאַראַקטער: ער — אַ הויכער, איך — אַ הויכער. ער האָט געהאַסט דעם באָס, ווי אַ חזיר, — איך אויך. ער האָט פֿײַנט געהאַט צו אַרבעטן, איך האָב אויך ליב געהאַט אַרומצוגיין ליידיק. ער איז געווען אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון דער נאַטור און איך בין פֿון דער נאַטור אויך געווען אַ גרויסער ליבהאָבער. ער פֿלעגט רעגלמעסיק באַוווּנדערן די מיטנאַכט־זון אויף די “פֿיאָרדן", וואָס ער האָט קיין מאָל ניט געזען, און איך פֿלעג אויך סיסטעמאַטיש זײַן אַנטציקט פֿון דעם זון־אונטערגאַנג אויף די אַלפּן, וואָס איך האָב אויך קיין מאָל ניט געזען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די ימים־נוראָים באַשטייען פֿון צוויי טיילן: ראָש־השנה און יום־כּיפּור. הגם ביידע יום־טובֿים ווערן באַטראַכט ווי "יום־הדין" — די טעג, ווען דער אייבערשטער מישפּט די גאַנצע וועלט און איטלעכע באַשעפֿעניש באַזונדערס, איז ראָש־השנה בעצם אַ פֿריילעכער טאָג. אַדרבה, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע יום־טובֿים, עסן מיר ראָש־השנה דווקא זיסע זאַכן — עפּל, האָניק, צימעס — ווי אַ סימן פֿונעם נײַעם יאָר, וואָס וועט זײַן, ווי מיר האָפֿן, זיס, געבענטשט און מזלדיק.
נישט געקוקט אויף דער בפֿירושער "זיסקייט" פֿון ראָש־השנה, איז עס אויך אַ טאָג, ווען מע דאַוונט לאַנגע שעהען אין דער שיל און מע זאָגט אַ סך תּפֿילות, וואָס האָבן אַ ביטערלעכן און אַ שרעקעדיקן טעם. למשל, מע דערציילט, אַז די תּפֿילה "ונתנה תּוקף" האָט געשאַפֿן אַ געוויסער ייִד, מיטן נאָמען רבי עמרם, וואָס אַ בייזער קיניג — אָדער אַ בישאָף, לויט אַן אַנדער ווערסיע פֿון דער לעגענדע — האָט געהייסן אים אָפּצוהאַקן די פֿיס. דער אינהאַלט פֿון דער דאָזיקער תּפֿילה רופֿט אַרויס ביטערע און טיף־ערנסטע געדאַנקען: "מי במים ומי באש" — וועמען איז באַשערט דערטרונקען צו ווערן אין וואַסער, און וועמען — פֿאַרברענט צו ווערן אין פֿײַער?

ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דובֿ־בער און ראָזע שטערנבערג, וואָס זינגט אַ ייִדיש ליד. טשערנאָוויץ, 2011

ניט לאַנג בין איך געווען אויף אַ לעקציע, וועלכע ס׳האָט געלייענט אַ מער־ווייניק יונגער דאָקטער אין געביט פֿון ייִדיש. מײַנע אַ באַקאַנטע, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון קעשענעוו, וואָס איז אויך געווען אויף דער לעקציע, האָט מיר געזאָגט בײַם אַרויסגאַנג: "כ׳פֿאַרשטיי, אַז דער לעקטאָר רעדט אַ שיינעם ייִדיש, אָבער כ׳האָב כּמעט גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען". ווי אַזוי האָט זי מיט איר בעסאַראַבער "טאָטע־מאָמע"־לשון געקאָנט פֿאַרשטיין דעם הויכן אַקאַדעמישן ייִדיש? דעם ייִדיש, ווען מע רעדט אַרויס יעדער אות פֿונעם וואָרט, מיט אַן אַקצענט, וועלכער האָט קיין מאָל ניט עקזיסטירט בײַ די ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. וואָס זשע איז נעבעך שולדיק דער דאָקטער, אַז זײַנע לערער האָבן אים אַזוי געלערנט, אַז אויך פֿאַר זײַנע פּראָפֿעסאָרן איז ייִדיש געווען ניט קיין מאַמע־לשון. ס׳וואַקסט שוין אויס אַ צווייטער דור, וואָס רעדט אויף דעם אַקאַדעמישן, גראַמאַטיש־ריכטיקן, ווײַנרײַך־ייִדיש. פֿאָרמעל איז דאָס פֿאַר זיי מאַמע־לשון, ווײַל זייערע מאַמעס רעדן אויפֿן ייִדיש, אויסגעלערנט אין די אוניווערסיטעטן. דאָס אַמאָליקע מאַמע־לשון ווערט הײַנט פֿאַרביטן אויף ״alma mater־לשון״...

ליטעראַטור

קאָ, קאָ... קאָ, קאָ, קאָ.
קאָ, קאָ, קאָ־קאָ־אָ־אָ־אָ־אָ.
הײַנט איז, דאַכט זיך, איר געבוירן־טאָג. אויב זי האָט קיין טעות ניט, אויב זי געדענקט נאָך דעם חשבון פֿון אירע טעג.
זי זיצט אין דרויסן אויף דער פּריזבע, אײַנגעהילט אין אַ שאַל איבערן קאָפּ, אַ קליינינקע און אײַנגעפּלעטשטע, די אָדערדיקע הענט אירע אונטער דער שאַל — אַראָפּגעלאָזטע פֿליגל; ווי אַ קוואָטשקע.
איין אויג דרימלט איר פֿאַרגלאָנצט, טאַקע ווי בײַ דער ראַבער הון אירער אין אַ כמורנעם טאָג, אין קאַמער אויפֿן סידעלע.
זי האָט שוין לאַנג קיין אייער ניט געלייגט, (די הון), גאָר־גאָר לאַנג קיין הינדעלעך ניט אויסגעפֿירט. דרייט זיך אום איין־און־איינציקע בײַ דער שטוב, האַלט דאָס קעפּל אויף אַ זײַט, קוקט מיטן איינעם אייגל איר, (דאָס צווייטע האָט מען איר אויסגעפּיקט), טוט אַ צעפּאָרפּל אַ בערגל מיסט, אַ צופּ אַ פֿאַרטריקנט גרעזל, אַ טרינק אין אַ שיטער בלאָטקעלע. ווען דער הימל פֿאַרכמאַרעט זיך נאָר, שפּאַנט זי אַוועק מיט דריבנע טריטעלעך (די הון) אין קאַמער אַרײַן, דראַפּעט זיך אַרויף אויפֿן סידעלע, און דאָס איינע אייגל דרימלט איר פֿאַרגלאָצט, פֿאַרצויגן מיט אַ הײַטעלע.
פֿילאָסאָפֿישע קשיות באַפֿאַלן זי הײַנט (דער לערערין). קשיות אַלטע ווי די וועלט. אַ שטייגער: וואָס איז געווען פֿריִער: דאָס איי אָדער די הון? ווער האָט וועמען געבוירן: דאָס איי די הון, אָדער די הון דאָס איי?