ייִדיש־וועלט
פֿון משה לעמסטער (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דובֿ־בער און ראָזע שטערנבערג, וואָס זינגט אַ ייִדיש ליד. טשערנאָוויץ, 2011
דובֿ־בער און ראָזע שטערנבערג, וואָס זינגט אַ ייִדיש ליד. טשערנאָוויץ, 2011

ניט לאַנג בין איך געווען אויף אַ לעקציע, וועלכע ס׳האָט געלייענט אַ מער־ווייניק יונגער דאָקטער אין געביט פֿון ייִדיש. מײַנע אַ באַקאַנטע, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון קעשענעוו, וואָס איז אויך געווען אויף דער לעקציע, האָט מיר געזאָגט בײַם אַרויסגאַנג: "כ׳פֿאַרשטיי, אַז דער לעקטאָר רעדט אַ שיינעם ייִדיש, אָבער כ׳האָב כּמעט גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען". ווי אַזוי האָט זי מיט איר בעסאַראַבער "טאָטע־מאָמע"־לשון געקאָנט פֿאַרשטיין דעם הויכן אַקאַדעמישן ייִדיש? דעם ייִדיש, ווען מע רעדט אַרויס יעדער אות פֿונעם וואָרט, מיט אַן אַקצענט, וועלכער האָט קיין מאָל ניט עקזיסטירט בײַ די ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. וואָס זשע איז נעבעך שולדיק דער דאָקטער, אַז זײַנע לערער האָבן אים אַזוי געלערנט, אַז אויך פֿאַר זײַנע פּראָפֿעסאָרן איז ייִדיש געווען ניט קיין מאַמע־לשון. ס׳וואַקסט שוין אויס אַ צווייטער דור, וואָס רעדט אויף דעם אַקאַדעמישן, גראַמאַטיש־ריכטיקן, ווײַנרײַך־ייִדיש. פֿאָרמעל איז דאָס פֿאַר זיי מאַמע־לשון, ווײַל זייערע מאַמעס רעדן אויפֿן ייִדיש, אויסגעלערנט אין די אוניווערסיטעטן. דאָס אַמאָליקע מאַמע־לשון ווערט הײַנט פֿאַרביטן אויף ״alma mater־לשון״...
דאָ אין ישׂראל האָב איך צום ערשטן מאָל געזען אויף די פּאָליצעס פֿון די גרינוואַרג־מאַגאַזינען אומנאַטירלעך־גרויסע טרוסקאַווקעס; אַזוי גרויס, ווי עפּל, און שיינע אויך, אָבער קיין טעם האָבן זיי ניט! איך געדענק, ווען מע פֿלעגט אין אונדזער מאָלדאַוויע קויפֿן טרוסקאַווקעס (בײַ אונדז האָט מען עס גערופֿן קלובניקע), זײַנען די יאַגדעס געווען קליין, געוואַקסן צווישן ווילדע גראָזן, און אַ מאָל אַפֿילו אויף מיסט־קופּעס. דאָך, ליגט מיר נאָך ביז הײַנט זייער טעם אויף דער צונג. זיי האָבן אײַנגעזאַפּט אין זיך די ריחות פֿון די אַרומיקע גראָזן און בלומען, די זיסע זאַפֿטן פֿון דעם פֿעטן שוואַרצבאָדן, ניט פֿאַרסמטן מיט כעמיקאַליעס. אויב די מאַמע פֿלעגט אין דער פֿרי קויפֿן קלובניק אויפֿן מאַרק, האָב איך פֿאַר נאַכט, קומענדיק אַהיים פֿון דער אַרבעט, שוין פֿון דער שוועל געפֿילט די ריחות פֿון די דופֿטיקע יאַגדעס. דאָס איז דער אונטערשייד צווישן דעם אקאַדעמישן ייִדיש און אַמאָליקן מאַמע־לשון.
אין איינער פֿון די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, אין וועלכער איך האָב זיך אויך באַטייליקט, האָבן מיר פֿאַרשריבן אַ שמועס מיט אַ פֿרוי, וואָס האָט אַ מאָל זיך געלערנט אין אַ סאָוועטישער ייִדישער שול. און כאָטש ייִדיש איז געווען איר מאַמע־לשון, האָט זי פֿון דעסטוועגן גערעדט מיט אונדז ניט אויף דעם ייִדיש פֿון דער היים, נאָר אויף אַ ריכטיקן ייִדיש, וועלכן זי האָט געלערנט אין דער שול. צוויי שעה האָבן מיר פֿאַרשריבן און קיין איין וואָרט, קיין איין ווערטל האָבן מיר ניט געלערנט בײַ איר — אַלץ, וואָס מע קאָן געפֿינען אין די לערן־ביכער און אין די ווערטער־ביכער...
אַ ציטאַט פֿון יחיאל שרײַבמאַנס מיניאַטור "שפּראַך און שיינשרײַבערײַ":
הערט זיך גוט אײַן אין לשון. אין פּראָסטן לשון בײַ אַ מענטשן פֿון אַ גאַנץ יאָר. הערט, ווי אַלצדינג שפּילט דאָרט. יעדער וואָרט האָט זיך דאָרט זײַן בלישטש און זײַן שׂכל, זײַן קנייטשל און זײַן מיין... אַלץ איז נאַטירלעך און אמתדיק, ווי די אָדערלעך אויף אַ בוים־בלעטל, ווי אויף אַ צווײַגל דאָס ניגונדל בײַ אַ שפּילפֿייגעלע... נו און די שפּראַכפֿאָרשער, די פֿילאָלאָגן? זיי נעמען דאָס שפּילפֿייגעלע אויף דער דלאָניע, טאַפּן אויס אַלע ביינדעלעך, רופֿן אָן בײַ אַ נאָמען אַלע אַבֿרימלעך, גלעטן צו דאָס צעשויבערטע טשוביקל, פֿאַרקעמען די אָנגעבלאָזענע פֿעדערלעך און טראָגן עס אונדז צו צוריק, אַ פֿאַרקעמטס און אַ ריינס, אין אַ שטײַגל. זאָל זײַן ס׳איז אַ גילדן שטײַגל, נאָר — אַ שטײַגל.
יאָ, ייִדיש — איז אַ פֿאָלקסשאַפֿונג! און דאָס איז די גרעסטע מעלה פֿון ייִדיש. דאָס פּראָסטע פֿאָלק האָט אויסגעוועבט מיט הונדערטער פֿאַרבן די וווּנדערלעכע ווערטער־בילדער, ווערטער־אוזאָרן דעם לײַוונט פֿון אונדזער שפּראַך. מע זאָגט: "ייִדיש רעדט זיך", דאָס איז אויך אַ מעלה, נאָר איך מיין, ניט פֿון די וויכטיקסטע. איך וואָלט געזאָגט אַנדערש: ייִדיש — שאַפֿט זיך! די ייִדן פֿון אַמאָליקע שטעטלעך האָבן אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן כּסדר געשאַפֿן נײַע ווערטער, ווערטלעך, אויסדרוקן. זיי האָבן קיין ברירה ניט געהאַט — די אַרומיקע ווירקלעכקייט, אַ דאַנק דעם טעכנישן פּראָגרעס, די סאָציאַלע רעוואָלוציעס, האָט זיך יעדן טאָג גיך געביטן. מע האָט געדאַרפֿט, געמוזט, אַנטוויקלען די שפּראַך, אַדאָפּטירן נײַע ווערטער צו ייִדיש, צי צופּאַסן געוויינטלעכע ווערטער צו די אַרומיקע געשעענישן, דערשײַנונגען.
כ׳געדענק, ווען בײַ דער מאַמען פֿלעגט זיך צעווייטיקן דער קאָפּ פֿון די קולות און ליגנס, וואָס האָבן געקלונגען פֿון דעם ראַדיאָ, האָט זי געהייסן: "פֿאַרמאַך דעם גראַגער!" — וועמען אין שטעטל וואָלט געקומען אין קאָפּ אַרײַן צו זאָגן: "שליס אײַן דעם ראַדיאָ?"
ווען אַ פּראָסטער מענטש פֿלעגט ניט געפֿינען אין זײַן ווערטער־באַגאַזש אַ נייטיק וואָרט, האָט ער זיך ניט געשעמט צו "לײַען" דאָס וואָרט בײַ די שכנים קריסטן, צופּאַסנדיק עס צו ייִדיש. אין אונדזער בעסאַראַבער ייִדיש זײַנען פֿאַראַן אַ הונדערט ווערטער — רומעניזמען, צוגעפּאַסט צו ייִדיש; מיר געפֿינען זיי אין די שאַפֿונגען פֿון די בעסאַראַבער ייִדישע שרײַבער. צום בײַשפּיל, די ווערבן: "אַשאָזען זיך" (אַוועקזעצן זיך, זיך אײַנאָרדענען), "אַסקאָפּען" (לאָזן פֿאַלן, פֿאַרלירן) זײַנען אַרײַן אין דעם "גרויסן ווערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך".
אונדזער פֿאָלק האָט אין זײַן גלות־לעבן אויסגעאַרבעט אין זיך אַ זעלטענע שאַרפֿזיניקייט, און ייִדיש האָבן געשאַפֿן דווקא די שאַרפֿזיניקסטע פֿאָרשטייער פֿונעם פֿאָלק — שנײַדערס, שוסטערס, בלעכערס, סאַרווערנס, קלעזמער און בעל־הביתטעס... אין זייער שפּראַך זײַנען תּמיד געווען אַרײַנגעפֿלאָכטן עקספּראָמטן, פּאַראַדאָקסאַלע אויסדרוקן.
זומערצײַט, אויף קאַניקולן, פֿלעג איך פֿאָרן אין שכנישן שטעטל בריטשאַן, וווּ ס׳האָט געוווינט מײַן מומע גאָלדע, אַ הויז־בעל־הביתטע. דערזען מיך, האָט זי אַ זאָג געטאָן: "ביסט אַ ביסל אַ תּל געוואָרן" (ניט: דאַר, צי מאָגער געוואָרן). "פֿאַרקערט" — זאָג איך איר, — "כ׳האָב זיך אַ ביסל פּאָפּראַוועט". גיט זי אַרויס אַן עקספּראָמט: "יאָ, האָסט זיך פּאָפּראַוועט אין די עלנבויגן!"
אַ דאַנק דעם, וואָס דאָס עמך האָט גערעדט ניט אויף אַ גראַמאָטנעם, "ניט־ריכטיקן" ייִדיש, האָט מאַמע־לשון אַזוי פֿיל ספּעציפֿישע שאַרפֿזיניקע ווערטלעך, ווי צום בײַשפּיל: "דרייען דעם ספּאָדיק", "שרײַבן אויפֿן קוימען", "ליגן אין דר׳ערד און באַקן בייגל", "כ׳ברעך זיך דעם קאָפּ, צי אַ פֿלוי האָט אַ פּופּיק"..
נאָך אַ ציטאַט פֿון שרײַבמאַנס מיניאַטור "אַ ייִד וועגן ייִדיש":
...כ׳ווייס ניט, צי אַלע לשונות אין דער וועלט זײַנען אַזוי פֿאָלקס־שאַפֿונג, אַזוי פֿאָלקס־חכמה, אַזוי פֿאָלקס־נשמה, ווי ס׳איז דאָס דאָזיקע "ייִדיש־טײַטש" אונדזערס... נאַט אײַך, אַשטייגער, אַזאַ וואָכעדיק גאַנג: "כ׳האָב אויסגענומען מיט זײַן קאָפּ־דאַרעניש". פֿינף ריין־דײַטשע ווערטער... טוט זיי אָבער אַ זאָג אַ דײַטש, וועט ער אַ פֿײַג פֿאַרשטיין... פֿינף ריינע ייִדישע ווערטער: אויסגעוואַקסענע בײַ אונדז אין גאָרטן, אויף אונדזער מיסט...
אייניקע פֿון די וואָס רעדן אויפֿן אַקאַדעמישן ייִדיש, נעמען ניט אויף דער צונג די ווערטער "אויסגעוואַקסענע... אויף אונדזער מיסט". מע קאָן הערן פֿון זיי, אַז שלום־עליכם איז ניט געווען קיין גרויסער קענער פֿון ייִדיש...
יחיאל שרײַבמאַן, ווען ער איז שוין געווען אין דער עלטער פֿון אַכציק יאָר, האָט מיר געזאָגט: "דאָס גאַנצע לעבן מײַנס לערן איך ייִדיש און כ׳קען ניט זאָגן, אַז איך בין שוין אַ מומחה אין אונדזער מאַמע־לשון". אין די פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציעס, פֿרעגן אונדז, געוויינטלעך, די פּראָסטע, שטעטלדיקע ייִדן: "וואָס ווילט איר פֿון אונדז, איר זענט דאָך פּראָפֿעסאָרן אין ייִדיש?" ענטפֿערט זיי דובֿ־בער קערלער, וואָס פֿירט מיט די עקספּעדיציעס אָן: "מיר זענען געקומען אויך צו לערנען זיך בײַ אײַך..."
מע קאָן אויסלערנען צו רעדן אַ "ריכטיקן ייִדיש", לויט אַלע סטאַנדאַרטן, אי אַ יאַפּאַנער, אי אַ דײַטש, אי אַ פּאָליאַק. זייער רעדן וועט זײַן, מסתּמא, גראַמאָטנער פֿון מײַן מאַמעס שפּראַך, נאָר האָבן וועט עס מײַן באָבעס טעם.
שיקל פֿישמאַן האָט אָפּגעדרוקט פֿאַר אַ יאָרן אין "פֿאָרווערטס" דעם אַרטיקל: "מכּוח טענות צו דער ריינקייט פֿון דער רעדשפּראַך", וווּ ער שרײַבט: "...ליגט דערפֿאַר אויף אונדז, באַוווּסטזיניקערע בויערס און היטערס פֿון ייִדיש, טאַקע דער הויפּט־חובֿ, און די גרעסטע פֿרייד פֿון בויען, היטן, שטיצן און פֿאַרשפּרייטן די נייטיקע סטאַנדאַרטן פֿון דער ייִדישער כּלל־שפּראַך. רעדערס און שרײַבערס זענען טאַקע וויכטיק, נאָר לעת־עתּה זענען בויערס און אַקטיוויסטן נאָך וויכטיקער, בתּנאַי זיי וועלן אַליין קענען גוט באַהערשן און דעמאָנסטרירן די ייִדישע כּלל־שפּראַך."
איך בין מסכּים, אַז די פֿילאָלאָגן, די געלערנטע קאָנען און דאַרפֿן אָפּהיטן די שפּראַך. נאָר ניט זיי זענען די "בויערס" פֿון דער שפּראַך! ניט זיי זענען די שעפֿער פֿון דעם לשון, ניט זיי וועלן "האַקן אַ טשײַניק". דווקא די "רעדערס און שרײַבערס" זענען ניט נאָר בויערס פֿון ווערטער, נאָר אויך (און קודם־כּל) — וואָרט־קינסטלער!
די וואָס זענען אויסגעוואַקסן אויפֿן אַקאַדעמישן ייִדיש, זאָרגן נישט וועגן אַ נײַעם דור שאַפֿער. זיי קאָנען ניט און דאַרפֿן ניט שאַפֿן און בויען נײַע ווערטער! צי קאָן דען אַ היטער פֿון דער כּלל־שפּראַך אויסטראַכטן, צום בײַשפּיל, די צוויי ווערטער, וועלכע עס האָט געשאַפֿן יחיאל שרײַבמאַן: "צונויפֿגעקוטשעמורעט" (דאָס העמד) צי "אָנגעדרענקלטע" (קני)? טאַקע נאָך אַ ציטאַט פֿון זײַן מיניאַטור:
...כאָטש אויף יעדער קונסטשאַפֿונג, וואָס דאָס פֿאָלק שאַפֿט, זאָגט מען "אַלע", און שאַפֿן שאַפֿט עס ווידער איינער. איינער דאָ, איינער דאָרטן, איינער הײַנט, איינער מאָרגן: די ניט־געזעענע און ניט אָנגערופֿענע שעפֿער, דיכטער.
ד״ר מרדכי יושקאָווסקי האָט אָנגעציילט אין דעם ניסתּרס ראָמאַן "די משפּחה מאַשבער" מער ווי פֿיר הונדערט (!) נײַע אַדיעקטיוון, געשאַפֿן פֿונעם שרײַבער. נײַע ווערטער קאָן מען געפֿינען אויך בײַ אַנדערע שרײַבער, וואָרט־מײַסטער. איך פֿרעג זיך, צי דאַרף קענען אַ ייִדישער שרײַבער, דיכטער די כּלל־שפּראַך? יאָ, אומבאַדינגט! ער דאַרף זי קענען, ער מוז זי קענען, כּדי וואָס ווייניקער זי צו באַניצן אין זײַן שאַפֿן; ווײַל אַניט וועלן די דערציילונגען, ראָמאַנען, לידער זײַן ענלעך אויף דער גרויסער, שיינער און אומבאַטעמטער טרוסקאַווקע־קלובניקע.
וועגן וואָס זשע טענה איך דאָ און וואָס וויל איך זאָגן? מע דאַרף אַוודאי לערנען דעם אַקאַדעמישן ייִדיש אין די אוניווערסיטעטן. די וויכטיקסטע פּערזענלעכקייט אין דעם לערן־פּראָצעס איז דער לערער; מוז טאַקע דער לערער לערנען מיט זײַנע סטודענטן ניט בלויז די סטאַנדאַרטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, נאָר אויך די "ניט־ריכטיקייטן" פֿון מאַמע־לשון. ער דאַרף פֿאַרמאָגן די שאַרפֿזיניקייט פֿון אַ ייִד אַ טאַטן, און אַ נשמה, האַרץ און געפֿיל פֿון אַ ייִדישער מאַמע. די, וואָס ווילן ווערן ייִדישע שאַפֿער, דאַרפֿן זיך ניט שעמען און גיין זיך לערנען די שפּראַך בײַ די טרעגער פֿון מאַמע־לשון, בײַם פּראָסטן פֿאָלק, בײַ די עטלעכע טויזנט, צי צענדליקער טויזנט ייִדן, וואָס לעבן אין ישׂראל, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין אייראָפּע. אַגבֿ, וועגן דעם האָט אויך ניט לאַנג געשריבן אין "פֿאָרווערטס" לייזער בורקאָ אין זײַן אַרטיקל: "ייִדיש־עקספּעדיציע קיין מאָלדאָווע". גיין צו די אַלטע ייִדן אַהיים, ווי אין אַ שפּראַך־לאַבאָראַטאָריע און הערן די מוזיק פֿון זייער מאַמע־לשון, כאַפּן און פֿאַרשרײַבן ניט־סטאַנדאַרטנע ווערטער, ווערטלעך, אויסדרוקן אין זייער רעדן; ווײַל אַ דאַנק די דאָזיקע "ניט־ריכטיקייטן" אַנטוויקלט זיך אַ שפּראַך. מע דאַרף פּרוּוון פֿאַרשטיין בײַם עמך די לאָגיק פֿון זייער טראַכטן אויף ייִדיש, פֿון זייער אויסשטעלן אַ זאַץ, אַ פֿראַזע. בלויז אין אַ כּסדרדיקן קאָנטאַקט מיט די אַמאָליקע שטעטלדיקע ייִדן, זיצנדיק לעבן דער ספּאָדניצע פֿון ייִדענעס, קאָן מען זיך אויסהיילן פֿון דער שפּראַך־אימפּאָטענץ און אַרויסלאָזן דאָס שפּילפֿייגעלע פֿונעם גילדענעם אַקאַדעמישן שטײַגל.