המן־הרשע פֿירט מרדכי הצדיק אין "המנס מפּלה", אַ פּיעסע פֿון חיים סלאָוועס |
אין אַ נײַעם באַנד וועגן דעם מאָדערנעם ייִדישן טעאַטער — ״Modern Yiddish Stage״ — רעדאַקטירט פֿון די פּראָפֿעסאָרן יואל בערקאָוויץ און באַרבאַראַ הענרי קען מען אויך לייענען אַ סך אינטערעסאַנטע אַרבעטן וועגן ייִדישער מוזיק; בפֿרט, וואָס שייך מוזיק אויף דער בינע. אַלע עסעען אינעם באַנד זענען אינטערעסאַנט, אָבער מיר וועלן נאָר באַטראַכטן די אַרבעטן וואָס רירן אָן די טעמע פֿון אונדזער רובריק, מוזיק.
די ייִדישע פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען אָפֿט געזונגען, און די לידער פֿון אליקום צונזער, אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען, וועלוול זבאַרזשער, מיכל גאָרדאָן און יואל לינעצקי, צווישן אַנדערע, זענען פֿאַרשפּרייט געוואָרן דורך געזאַנג, כאָטש מע האָט געוויינטלעך נישט געוווּסט ווער ס׳איז דער מחבר פֿונעם ליד. אַליסאַ קווינט שרײַבט וועגן דעם טערמין "פֿאָלקס־פּאָעזיע" לגבי דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. זי דערמאָנט אונדז, אַז דער פֿרעפֿיקס "פֿאָלק" מיינט נישט, לאַוו־דווקא, אַז די פּאָעזיע איז פּשוט. די ביכער פֿון די דאָזיקע שרײַבער האָבן בפֿירוש געצילט אויף אַ מער סאָפֿיסטיצירטן עולם, נישט דאָס "פּראָסטע" פֿאָלק. אין איר פֿאָרמולירונג, האָבן זיי געשאַפֿן פֿאַרן סאַלאָן און נישט דער קרעטשמע.
אַן אַנאַליז פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־פּאָעזיע וואָלט זיכער געדאַרפֿט אַרײַננעמען די פּאָעזיע פֿון בערל בראָדער, און קווינט הייבט טאַקע אָן מיט זײַן שאַפֿונג, און ווי אַזוי מע האָט פֿאָרגעשטעלט זײַנע לידער פֿאַרן עולם נאָך זײַן טויט. דערנאָך צעגלידערט זי דאָס ווערק פֿון זבאַרזשער, גאָרדאָן און צונזער און גיט צו פֿאַרשטיין ווי אַזוי זיי האָבן זיך אונטערשיידט איינער פֿונעם אַנדערן מיט זייערע לידער: צונזער, דער פֿילאָסאָף; זבאַרזשער, דער באָהעם; גאָרדאָן, דער מײַסטער פֿון באַשרײַבן "קאַרטינעס", סצענעס. די אַנטוויקלונג פֿון דער פֿאָלקס־פּאָעזיע פֿון אַ קרעטשמע־קולטור צו אַ מער געבילדעטן עולם איז אַ וויכטיקער צושטײַער צו דער ייִדישער טעאַטער־געשיכטע.
וועגן דעם טעאַטער־זשאַנער וואָדעוויל אויף ייִדיש האָט מען קיין סך ניט געשריבן. איז אַוודאי אַ פֿאַרגעניגן צו לייענען דזשודיט טהיסענס אַרבעט וואָס שטעלט דעם טראָפּ אויף די עקאָנאָמישע כּוחות וועלכע האָבן משפּיע געווען אַ וווּקס אין וואָדעוויל־טעאַטערס, וואָס האָבן קאָנקורירט מיט די מער באַקאַנטע ייִדישע טעאַטערס אויף דער איסט־סײַד.
אין 1902 זענען געווען פֿיר אַזוינע וואָדעוויל־טעאַטערס — "מוזיק־זאַלן" — אויף דער באַוּערי אין ניו־יאָרק. וואָדעוויל־אַקטיאָרן האָבן זיי געפֿירט, און זיי זענען געווען אַרטיסטן וועלכע האָבן זיך אויך פֿאַרבינדן מיטן "לעגיטימען" ייִדישן טעאַטער. עס זענען אויך געווען "טאַנץ־זאַלן" און קרעטשמעס, וווּ די הויפּט־הכנסה איז געקומען פֿון אַלקאָהאָלישע געטראַנקען, און נישט די פֿאַרקויפֿטע בילעטן. דאָרטן האָט מען געקענט הערן ייִדישע מוזיק און זען ייִדישן טעאַטער אויך.
די דאָזיקע פֿאַרווײַלונגען זענען געוואָרן זייער פּאָפּולער, כאָטש אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט אַראָפּגעקוקט אויף זיי. טהיסען דערציילט ווי דאָס דערלאַנגען אַלקאָהאָל־געטראַנקען אין אַזוינע פּלעצער האָט געביטן דעם אופֿן פֿון פֿאָרשטעלן וואָדעוויל. עס זענען אויך געווען צו פֿיל ייִדישע אַקטיאָרן, לויט דער "ייִדישע אַקטיאָרן יוניאָן", און ווי באַקאַנט, איז געוואָרן זייער שווער צו ווערן אַ מיטגליד אין דער יוניאָן. האָבן אַ טייל פֿון די אַקטיאָרן מערסטנס אויפֿגעפֿירט זייער קונסט אין דער ייִדישער וואָדעוויל־וועלט. די פֿאָרשערין גיט אַ משל פֿונעם אַקטיאָר אַבֿרהם טאַנצמאַן (1857—1906), וועלכער איז געגאַנגען אויף אַזאַ וועג. מיט דער אַנטוויקלונג פֿון קינאָ האָט זיך די ייִדישע פֿאַרווײַלונג־אינדוסטריע נאָך אַ מאָל געביטן, ווײַל מער און מער מענטשן זענען געגאַנגען אין קינאָ אויפֿן אָרט פֿון טעאַטער.
וועגן דעם אָריגינעלן אַרגענטינער קאָמפּאָזיטאָר חבֿל קאַץ שרײַבט משה־זכריה בעקער, יודאַיִקע־ביבליאָטעקאַר בײַם "סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט". בעקער גיט איבער קאַצס ביאָגראַפֿיע (ער האָט געאַרבעט אין דער באַרימטער ווילנער ראָם־דרוקערײַ!), ווי אויך אַ קוק אויף די חריפֿותדיקע ווערטער און ווערטער־שפּילן אין זײַנע לידער. קאַץ איז געווען אַ מײַסטער פֿון גראַמען — ייִדישע און שפּאַנישע ווערטער. מיט זײַן אייגנאַרטיקער פּערזענלעכקייט, און שאַפֿערישע לידער האָט חבֿל קאַץ אויך אויפֿגעכאַפּט די אייגנאַרטיקייט פֿונעם ייִדישן לעבן אין אַרגענטינע.
דעם מוזיק־פֿאָרשער ראָנאַלד ראַבוי האָט מען פֿאַרבעטן צו פֿאָרשן באָריס טאָמאַשעווסקיס אַרכיוו, בפֿרט די אַלטע פּאַרטיטורן. ווען טאָמאַשעווסקי האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין "אַלכּסנדר: דער קרוינפּרינץ פֿון ירושלים" פֿון יוסף לאַטײַנער, האָט די וועלט געקלונגען מיט זײַן קונסט. אָבער ווער האָט קאָמפּאָנירט די מוזיק? דער פּראָצעס פֿון צונויפֿשטעלן די פּאַרטיטור פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר דזשיאָקאָמאָ מינקאָווסקי האָט גענומען אַ ביסל דעדעקטיוו־אַרבעט מצד ראַבוי און דאָס ווערט אַ פֿאַרכאַפּנדיקע מעשׂה.
וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער אין ישׂראל, שרײַבט דאַני אינבאַר אין זײַן עסיי מיטן לענגערן און קאָמישן טיטל: "נישט קיין ראָזשינקעס און מאַנדלען אין ישׂראל: אַ מעשׂה פֿון גאָלדפֿאַדען־אויפֿפֿירונגען מיט פֿיר האָצמאַכס, דרײַ קוני־לעמלס, צוויי שלומיתן, און איין משיח". גאָלדפֿאַדענס פּיעסע "די כּישוף־מאַכערין" איז געווען אַ שטענדיקע פּיעסע אינעם רעפּערטואַר אין ישׂראל, סײַ אויף ייִדיש, סײַ אויף העברעיִש. דער מחבר פֿאַרגלײַכט די פֿאָרשטעלונגען פֿון דער פּיעסע און ווי מע האָט זיי באַאַרבעט במשך פֿון די יאָרן. אַזוינע קלאַסישע לידער פֿון גאָלדפֿאַדענס פּיעסעס ווי "אוי, איר ייִדן בני־רחמנים" האָבן געביטן זייערע טײַטשן אין ישׂראל, און אין איין משל, האָט מען געניצט די שורה "ייִדן, בני־רחמנים" אין פֿאַרבינדונג מיט אַ קונסטווערק וועגן דעם אַטענטאַט פֿון יצחק ראַבין.
בכלל איז דער עסיי אַ פֿײַנע געשיכטע פֿון גאָלדפֿאַדענס פּיעסעס אויף דער בינע אין ישׂראל, אָבער דער פֿאָרשער באַטראַכט אַנדערע פּיעסעס אינעם רעפּערטואַר אין ישׂראל ווי שלום־עליכמס "בלאָנדזשענדיקע שטערן". מע האָט צוגעגעבן און אַוועקגענומען און געביטן אין יעדער אויפֿפֿירונג. אַ מאָל האָט מען אַרויסגענומען כּמעט אַלע זינגלידער פֿון גאָלדפֿאַדענס אַ דראַמע, וואָס זענען דאָך בײַם פֿאָלק די פּערל פֿונעם ווערק. צום סוף פֿון דער אַרבעט גיט אינבאַר אַ כראָנאָלאָגיע פֿון גאָלדפֿאַדען־פֿאָרשטעלונגען אין ישׂראל. אינבאַר אַליין האָט געשריבן און רעזשיסירט אַ פּאַראָדיע פֿון גאָלדפֿאַדענס "משיחס צײַטן" אין 1985.
דער באַנד Modern Yiddish Stage גייט אַרײַן אין קאַפּיטלעך פֿון דער ייִדישער טעאַטער־געשיכטע, וווּ מע האָט זעלטן געטראָטן, און די פֿאָרשונג פֿון אונדזער רײַכער ייִדישער טעאַטער־טראַדיציע הייבט זיך ערשט אָן.