דער רופֿא און דער שוסטער
אַמאָל האָבן אונטער איין דאַך געוווינט אַ רופֿא און אַ שוסטער. דער רופֿא האָט זיך געטאָן זײַן מלאָכה, און דער שוסטער זײַנע. דער רופֿא האָט געהיילט קראַנקע, און דער שוסטער האָט פֿאַרראָכטן שיך. אין דעם שטעטל האָבן די ייִדן אַ סך געקרענקט, און אַז מע קרענקט, רײַבט מען ווייניקער אויס די שיך, ווײַל מע ליגט אין בעט. פֿלעגט דער שוסטער זיצן אָן אַרבעט. האָט ער געטראַכט בײַ זיך: וואָס וועל איך זיצן, לאָמיך אַרײַנקומען צום רופֿא און קוקן ווי ער היילט די קראַנקע, וועל איך אויך ווערן אַ רופֿא און האָבן פּרנסה. ער האָט געקוקט, געקוקט, אָבער גאָרניט אין דעם ניט פֿאַרשטאַנען. מיט איין וואָרט — אַ שוסטער בלײַבט אַ שוסטער!
איין מאָל האָט ער געזען, ווי דער רופֿא גיט דעם קראַנקן ריצנאייל. דווקא דאָס האָט ער יאָ פֿאַרשטאַנען. ריצנאייל פֿלעגט ער אויך אײַננעמען, ווען ער האָט געכאַפּט אַן איבעריקן ביסן. אויב אַזוי קאָן ער שוין אויך זײַן אַ רופֿא. צוויי רופֿאים אונטער איין דאַך איז צו פֿיל. טרעפֿט זיך, אַז דער אמתער רופֿא איז פּלוצעם געשטאָרבן. ניט אומזיסט זאָגט מען, אַז אַ שוסטער גייט באָרוועס, און אַ רופֿא שטאַרבט פֿון אַ קרענק.
האָט דער שוסטער איבערגענומען דעם רופֿאס מלאָכה, און האָט אָנגעהויבן היילן קראַנקע. אויב איינער איז צו אים געקומען מיט אַ קאָפּווייטיק, האָט ער אים געהייסן אויסטרינקען אַ גלאָז ריצנאייל. אויב אַ צווייטער איז צו אים געקומען מיט אַ צאָנווייטיק, האָט ער אים געהייסן שווענקען דאָס מויל מיט ריצנאייל. אויב אַ דריטער איז צו אים געקומען מיט אַ צעהאַקטן פֿינגער, האָט ער אים געהייסן דעם פֿינגער האַלטן אין ריצנאייל. "ריצנאייל, — האָט געטענהט דער שוסטער, — איז די בעסטע רפֿואה: עס שטערט קיינעם ניט אָפּרייניקן דעם מאָגן!"
איין מאָל איז קראַנק געוואָרן דעם קייסערס טאָכטער. וואָס איז? זי האָט געקראָגן אַ מכּה אין האַלדז. דעם קייסערס אַ טאָכטער האָט פֿון וואַנען צו קרענקען. די בעסטע דאָקטוירים פֿון דער וועלט האָט מען צונויפֿגערופֿן אין זײַן פּאַלאַץ. עס האָט אָבער ניט דעם קייסער און נאָך מער זײַן טאָכטער — ניט געהאָלפֿן.
אַזאַ נײַעס פֿאַרשפּרייט זיך גיך. איז די נײַעס דערגאַנגען אויך צום שוסטער. און אַז דער שוסטער האָט עס דערהערט, האָט ער גענומען אַ פֿעסל ריצנאייל, מיט זײַן שוסטער־העמערל און זיך אַוועקגעלאָזט אין שטאָט אַרײַן. קומט ער צום קייסערס פּאַלאַץ, גיט אים דער וואַכמאַן בײַם טויער אַ פֿרעג: "וואָס ווילסטו?" זאָגט דער שוסטער: "איך וויל אַרײַנגיין אין פּאַלאַץ". — "וואָס וועסטו דאָרט טאָן?" — "איך וועל אויסהיילן דעם קייסערס טאָכטער". קוקט אים דער וואַכמאַן אָן, קוקט אויף זײַן פֿעסל און פֿרעגט ווידער: "וואָס האָסטו אין דעם פֿעסל?" ענטפֿערט דער שוסטער: "די גרעסטע רפֿואה!" — "אַזוי גאָר? וואָס זשע איז די רפֿואה?" — גיט דער שוסטער אַ טרייסל מיט זײַן בערדל: "אַז כ‘וועל דיר זאָגן וואָס, וועסטו דאָך אַליין קאָנען אויסהיילן דעם קייסערס טאָכטער".
הייבן זיי זיך אָן אַמפּערן. ס‘איז שווער צו זאָגן ווי לאַנג זיי וואָלטן זיך געאַמפּערט, ווען עס קומט צום טויער ניט צו דער קייסער אַליין. "וואָס קומט דאָ פֿאָר?" — פֿרעגט דער קייסער. ענטפֿערט אים דער וואַכמאַן: אַזוי און אַזוי, אַז דער ייִד איז געקומען מיט אַ פֿעסל און טענהט, אַז ער קען אויסהיילן דעם קייסערס טאָכטער.
צו יענער צײַט האָט דער קייסער זיך שוין אין גאַנצן מיאש געווען. אַ קוק געטאָן אויף דעם ייִד, האָט ער געטראַכט צו זיך: "וואָס פֿאַרליר איך, סײַ ווי סײַ קאָנען ניט די בעסטע דאָקטוירים זיך אַן עצה געבן, זאָל דער ייִד פּרוּוון". אויף אַ קול האָט ער אָבער געזאָגט: "הער אויס, ברודערקע ייִד, אויב דו וועסט ניט אויסהיילן מײַן טאָכטער, וועל איך הייסן מע זאָל דיר אָפּהאַקן דעם קאָפּ!" — "און אויב איך וועל זי יאָ אויסהיילן?" — פֿרעגט דער שוסטער. "וועסטו מיט מײַן טאָכטער חתונה האָבן!" האָט דער שוסטער אַ טראַכט געטאָן: "פֿון צוויי צרות קלײַבט מען אויס די קלענערע צרה" — און זיך געלאָזט גיין נאָכן קייסער.
דער שוסטער קומט אַרײַן צום קייסערס טאָכטער אין צימער, ער גיט אַ קוק, זי ליגט, נעבעך, אויפֿן בעט, אַרומגעלייגט מיט קישעלעך, דער האַלדז אַרומגעבונדן און קוים, קוים וואָס זי אָטעמט שוין. נעמט ער אַראָפּ דאָס פֿעסל ריצנאייל פֿונעם אַקסל, נעמט דאָס העמערל און וויל עס אויפֿעפֿענען. איז ער אָבער אַ שוסטער, ניט קיין באָנדער, גיט ער אַ האַק און טרעפֿט ניט אין רייף, נאָר אין אַ ברעטל. דאָס ברעטל פּלאַצט און דאָס ריצנאייל פֿליסט אַרויס גלײַך אויפֿן מאַרמאָר־דיל.
דער שוסטער האָט גראָד געטראָגן שטיוול מיט פּאָדקעוועס, האָט ער זיך געגעבן אַ גליטש אויס, געפֿאַלן מיטן פּנים אַראָפּ און מיט זײַן בערדל צעשמירט דאָס ריצנאייל איבערן דיל. דעם קייסערס טאָכטער האָט עס דערזען, האָט זי זיך זייער שטאַרק צעלאַכט. וואָס זשע מיינט איר? ריכטיק, די מכּה אין האַלדז האָט געפּלאַצט און זי איז געזונט געוואָרן.
ס‘איז געוואָרן אַ גדולה, אַ שׂימחה אין דעם פּאַלאַץ. אין סאַמע ברען גייט דער קייסער צו צום שוסטער און זאָגט אים: "דו האָסט אויסגעהיילט מײַן טאָכטער, און אַ וואָרט בלײַבט אַ וואָרט! נעם זי דיר פֿאַר אַ ווײַב, און אַ האַלבע מדינה פֿאַר אַ מתּנה!"
ענטפֿערט אים דער שוסטער: "צו גרויס איז דער כּבֿוד, אַז אַ פּשוטער שוסטער און אַ שטיקל רופֿא זאָל נעמען דעם קייסערס טאָכטער פֿאַר אַ ווײַב. ס‘איז מיר גענוג, וואָס מײַן קאָפּ איז געבליבן אויף די אַקסלען. לאָז מיך גיין צוריק אין מײַן שטעטל און פֿאַרריכטן ווײַטער שיך; און טאָמער וועסטו נאָך אַ מאָל זיך נייטיקן אין אַ רופֿא, גיב מיר צו וויסן, ריצנאייל איז בײַ מיר שטענדיק דאָ!"
איבערדערציילט פֿון באָריס סאַנדלער
אָרעמאַנסקע גליקן
אַמאָל זײַנען געווען צוויי ברידער: איינער אָן אָרעמער און דער אַנדערער אַ רײַכער. האָט דער אָרעמער ברודער געדרייט זיך לעבן דעם רײַכן ברודער און אָפּגעלעקט בײַ אים אַ ביינדל, אַז ס׳איז נאָך געבליבן פֿאַר זײַן ווײַב און קינדער. געגאַנגען, וווּ מ׳האָט אים געשיקט און געטאָן, וואָס מ׳האָט אים געהייסן.
איין מאָל איז ער געשטאַנען בײַם טויער און אָפּגעהיט, אַז אַ פֿרעמדער זאָל צו זײַן ברודער ניט אַרײַנגיין. זעט ער, ווי עס קומט צו אַ קליין מענטשעלע מיט אַ גאָלדן קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ און טראָגט אויף דער פּלייצע אַ זעקעלע. שטעלט אים דער אָרעמער ברודער אָפּ און פֿרעגט:
— ווער ביסטו?
ענטפֿערט דאָס מענטשעלע:
— איך בין דײַן ברודערס מזל.
— וואָס זשע טראָגסטו אין דײַן זעקעלע?
ענטפֿערט דאָס מענטשעלע:
— גאָלדענע גליקן.
דערהערט אַזאַ זאַך, פֿרעגט דער אָרעמאַן בײַם קליינעם מענטשעלע:
— אפֿשר ווייסטו, וווּ מײַנע גליקן זײַנען?
— אַוודאי, ווייס איך! נאָר ס׳וועט דיר גאָר ניט אַרויסקומען דערפֿון, אַז כ׳וועל דיר עס זאָגן.
הייבט אָן דער אָרעמער ברודער בעטן: “וואָס אַרט עס דיך, קליין מענטשעלע, גיב מיר אַ געלעגנהייט... אַנדערש וועל איך דיך צו מײַן ברודער ניט אַרײַנלאָזן!" ער האָט אַזוי לאַנג געבעטן און געסטראַשעט, ביז דעם קליינעם מענטשעלע איז עס נימאס געוואָרן און ער האָט נאָכגעגעבן.
— גוט, זאָלסט אָבער וויסן, אַז דײַנע גליקן ליגן ערגעץ אין אַ ווײַט פֿעלד, פֿאַרוויסט און פֿאַרוואַקסן. ס׳איז שווער אַהין צוצוקומען.
דעם אָרעמאַן האָט עס סײַ־ווי ניט אָפּגעשטעלט. ער האָט ווײַטער געבעטן און געוויינט, אַז דאָס מענטשעלע זאָל אים פּינקטלעך זאָגן, וווּ דער וועג ליגט צו זײַנע פֿאַרוואָרפֿענע גליקן.
— גוט. כ׳וועל דיר זאָגן. זאָלסטו גיין גלײַך, גלײַך און ווײַט, ווײַט. בײַם סוף וועסטו זען אַ גרויסן, גרויסן בוים. בלײַב שטיין און זאָג: “בוים, בוים, ברענג מיך צו מײַן טרוים!" וועט פֿונעם אויסהויל אַרויסקומען אַ קליין מענטשעלע מיט אַ זילבערנעם קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ. דאָס איז מײַן ברודער. ער וועט דיר זאָגן וואָס צו טאָן ווײַטער.
דער אָרעמער ברודער האָט זיך דערפֿרייט און זיך באַלד געלאָזט אין וועג אַרײַן. ער איז געגאַנגען גלײַך, גלײַך און ווײַט, ווײַט. בײַם סוף איז ער געבליבן שטיין בײַ אַ גרויסן בוים. ער האָט זיך אַרומגעקוקט, אָבער קיינעם ניט געזען. שוין זשע האָט אים דאָס קליינע מענטשעלע אָפּגענאַרט. פּלוצעם האָט ער זיך געכאַפּט, אַז מע דאַרף זאָגן די פּאַסיקע ווערטער. האָט ער זיי געזאָגט: “בוים, בוים, ברענג מיך צו מײַן טרוים!"
ווי נאָר ער האָט די ווערטער געזאָגט, איז פֿונעם שוואַרצן אויסהויל אַרויסגעקומען אַ קליין מענטשעלע, ווי צוויי טראָפּנס וואַסער ענלעך צום ערשטן מענטשעלע, נאָר מיט אַ זילבערנעם קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ.
— וואָס ביסטו געקומען? — האָט געפֿרעגט דאָס קליינע מענטשעלע.
— דײַן ברודער האָט מיר געזאָגט, אַז דו ווייסט דעם וועג צו מײַנע גליקן.
— אמת, זאָלסטו אָבער וויסן, אַז דײַנע גליקן ליגן ערגעץ אין אַ ווײַט פֿעלד, פֿאַרוויסט און פֿאַרוואַקסן. ס׳איז שווער אַהין צוצוקומען.
— כ׳ווייס, אָבער דאָס וועט מיך סײַ־ווי ניט אָפּשטעלן.
— גוט. זאָלסטו גיין גלײַך, גלײַך און ווײַט, ווײַט. בײַם סוף וועסטו זען אַ טיפֿן, טיפֿן ברונעם. וואַרף אַהין אַרײַן אַ שטיינדל און זאָג: “ברונעם, ברונעם, ווײַז דײַן פּנים!" וועט פֿון דאָרט אַרויסקריכן אַ קליין מענטשעלע מיט אַ מעשענעם קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ. דאָס איז מײַן ברודער. ער וועט דיר זאָגן וואָס צו טאָן ווײַטער.
דער אָרעמער ברודער האָט זיך דערפֿרייט און זיך באַלד געלאָזט אין וועג אַרײַן. ער איז געגאַנגען גלײַך, גלײַך און ווײַט, ווײַט. בײַם סוף איז ער געבליבן שטיין בײַ אַ טיפֿן, טיפֿן ברונעם. ער האָט זיך אַרומגעקוקט, אָבער קיינעם ניט געזען. שוין זשע האָט אים דאָס קליינע מענטשעלע מיטן זילבערנעם קאַפּעליושל אָפּגענאַרט. פּלוצעם האָט ער זיך געכאַפּט, אַז מע דאַרף זאָגן די פּאַסיקע ווערטער: האָט ער זיי געזאָגט: “ברונעם, ברונעם, ווײַז דײַן פּנים!"
און ווידער איז געשען אַזוי, אַז ווי נאָר ער האָט די ווערטער געזאָגט, איז פֿונעם שוואַרצן ברונעם אַרויסגעקומען אַ קליין מענטשעלע, ווי צוויי טראָפּנס וואַסער ענלעך צו די ערשטע צוויי מענטשעלעך, נאָר מיט אַ מעשענעם קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ.
— וואָס ביסטו געקומען? — האָט געפֿרעגט דאָס קליינע מענטשעלע.
— דײַן ברודער האָט מיר געזאָגט, אַז דו ווייסט דעם וועג צו מײַנע גליקן.
— אמת, זאָלסטו אָבער וויסן, אַז דײַנע גליקן ליגן ערגעץ אין אַ ווײַט פֿעלד, פֿאַרוויסט און פֿאַרוואַקסן. ס׳איז שווער אַהין צוצוקומען.
— עס מאַכט ניט אויס, ווײַז מיר דעם וועג!
— גוט. גיי גלײַך, גלײַך און ווײַט, ווײַט. בײַם סוף וועסטו זען אַ ברייט פֿאַרוואַקסן פֿעלד. דאָרטן וועלן ליגן אַ סך קליינע מענטשעלעך און שלאָפֿן. זאָלסטו זיי ניט וועקן. געפֿין נאָר איין מענטשעלע מיט אַ שמאַטענעם קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ. גיי שטילערהייט צו אים צו און וועק אים אויף. ווײַטער וועסטו שוין אַליין פֿאַרשטיין, וואָס מע דאַרף טאָן.
דער אָרעמער ברודער האָט זיך דערפֿרייט און זיך באַלד געלאָזט אין וועג אַרײַן. ער איז געגאַנגען גלײַך, גלײַך און ווײַט, ווײַט. בײַם סוף איז ער געבליבן שטיין בײַ אַ ברייט פֿאַרוואַקסן פֿעלד. אויפֿן פֿעלד זײַנען געלעגן אַ סך קליינע מענטשעלעך און געשלאָפֿן. זיי האָבן אַזוי שטאַרק געכראָפּעט, אַז פֿון זייערע אויערן איז געגאַנגען אַ רויך.
דער אָרעמער ברודער האָט לאַנג געזוכט מיט די אויגן דאָס קליינע מענטשעלע מיט אַ שמאַטענעם קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ, ווײַל אַלע זײַנען זיי געווען ענלעך איינער אויפֿן אַנדערן, און אַלע אין איינעם — אויף יענע דרײַ ברידער. סוף־כּל־סוף, האָט דער אָרעמער ברודער באַשלאָסן בײַ זיך, אַז ער וועט צוגיין צו דעם מענטשעלע וואָס ליגט אין סאַמע עק פֿעלד און כראָפּעט העכער פֿון אַלע אַנדערע. שטילערהייט, חלילה, ניט אויפֿצוּוועקן קיינעם ניט, איז ער צוגעקומען צו דעם מענטשעלע וואָס ער האָט געדאַרפֿט און אים אָנגעהויבן וועקן: “גענוג שוין פּאָפֿן*! ווײַז מיר, וווּ מײַנע גליקן נעכטיקן און טאָגן!" אַזוי האָט ער אויסגעשריִען דרײַ מאָל, ביז דאָס קליינע מענטשעלע האָט אויפֿגעמאַכט די אויגן און אַ גענעץ געטאָן.
— זאָג, טײַערער, שלאָף ניט! מײַן ווײַב און קינדער זײַנען הונגעריק! זיי וואַרטן אויף מיר, כ׳זאָל שוין קומען צוריק מיט מײַנע גליקן!
האָט דאָס קליינע מענטשעלע מיט דעם שמאַטענעם קאַפּעליושל אויפֿן קאָפּ זיך אַ קראַץ געטאָן דעם נאַקן און אַרויסגעשלעפּט פֿון זײַן בוזעם אַן איי.
— וואָס זאָל איך מיט דעם איי טאָן? — האָט געפֿרעגט, אַ פֿאַרחידושטער, דער אָרעמער ברודער.
ווי אַן ענטפֿער, האָט דאָס קליינע מענטשעלע זיך אויסגעדרייט צו אים מיט דער פּלייצע און ווײַטער געכראָפּעט.
אַרײַנגעלייגט דאָס איי אין אַ קעשענע, האָט דער אָרעמער ברודער פֿאַרלאָזט דאָס פֿעלד. געקומען אַהיים איז ער שפּעט בײַ נאַכט, ווען אַלע אין שטוב האָבן שוין געזען דעם דריטן חלום — אַ בייזער, ווי די צוויי פֿריִערדיקע חלומות. דער אָרעמער מאַן האָט זיך אַ ווײַלע צוגעהערט, ווי עס בורטשעט אין די ליידיקע בײַכער פֿון זײַן ווײַב און קינדער, אַוועקגעלייגט דאָס איי אויף דער פּאָליצע איבער דעם אויוון, און אַ מידער זיך געלייגט שלאָפֿן.
פֿאַרטאָג האָט ער זיך אויפֿגעכאַפּט פֿון אַ לאַנג פֿאַרגעסענעם גערוך. זײַן באַלעבאָסטע האָט באַלעבאַטעוועט בײַ דעם אויוון. אַזאַ פֿריילעכע האָט דער אָרעמער ברודער שוין לאַנג זי ניט געזען.
— וואָס איז אַזוי די שׂימחה גרויס? — האָט ער געפֿרעגט זײַן ווײַב.
— דו וועסט ניט גלייבן, — האָט זי אים געענטפֿערט. — איך שטיי הײַנט אויף און זע אויף דער פּאָליצע ליגט אַן איי. האָב איך שוין געהאַט וואָס צו געבן די קינדער עסן.
— מיט איין איי אַ גאַנצע כאָפּטע קינדער אָנגעאָדעוועט? — האָט דער אָרעמער ברודער געפֿרעגט.
— שטעל זיך פֿאָר!.. און ס׳איז נאָך געבליבן אַ האַלבע סקאָווראָדע! אַ גליק האָט אונדז געטראָפֿן!
* פּאָפֿן — שלאָפֿן
איבערדערציילט פֿון באָריס סאַנדלער