ליטעראַטור

מײַנער אַ באַקאַנטער דערציילט:
מיט פּרוזדאַקן האָב איך אַמאָל געאַרבעט צוזאַמען בײַ אַ פֿאָטאָגראַפֿטשיק. איך האָב זיך געפֿילט זייער נאָענט צו אים, וואָרעם ער איז געווען זייער ענלעך צו מיר סײַ אין אויסזען, סײַ אין כאַראַקטער: ער — אַ הויכער, איך — אַ הויכער. ער האָט געהאַסט דעם באָס, ווי אַ חזיר, — איך אויך. ער האָט פֿײַנט געהאַט צו אַרבעטן, איך האָב אויך ליב געהאַט אַרומצוגיין ליידיק. ער איז געווען אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון דער נאַטור און איך בין פֿון דער נאַטור אויך געווען אַ גרויסער ליבהאָבער. ער פֿלעגט רעגלמעסיק באַוווּנדערן די מיטנאַכט־זון אויף די “פֿיאָרדן", וואָס ער האָט קיין מאָל ניט געזען, און איך פֿלעג אויך סיסטעמאַטיש זײַן אַנטציקט פֿון דעם זון־אונטערגאַנג אויף די אַלפּן, וואָס איך האָב אויך קיין מאָל ניט געזען.