ליטעראַטור

מײַנער אַ באַקאַנטער דערציילט:
מיט פּרוזדאַקן האָב איך אַמאָל געאַרבעט צוזאַמען בײַ אַ פֿאָטאָגראַפֿטשיק. איך האָב זיך געפֿילט זייער נאָענט צו אים, וואָרעם ער איז געווען זייער ענלעך צו מיר סײַ אין אויסזען, סײַ אין כאַראַקטער: ער — אַ הויכער, איך — אַ הויכער. ער האָט געהאַסט דעם באָס, ווי אַ חזיר, — איך אויך. ער האָט פֿײַנט געהאַט צו אַרבעטן, איך האָב אויך ליב געהאַט אַרומצוגיין ליידיק. ער איז געווען אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון דער נאַטור און איך בין פֿון דער נאַטור אויך געווען אַ גרויסער ליבהאָבער. ער פֿלעגט רעגלמעסיק באַוווּנדערן די מיטנאַכט־זון אויף די “פֿיאָרדן", וואָס ער האָט קיין מאָל ניט געזען, און איך פֿלעג אויך סיסטעמאַטיש זײַן אַנטציקט פֿון דעם זון־אונטערגאַנג אויף די אַלפּן, וואָס איך האָב אויך קיין מאָל ניט געזען.
נאָר אין איין זאַך האָבן מיר זיך שטאַרק אונטערשיידט: ער פֿלעגט אָפֿט אונטערהוסטן מיט אַ ניגון און מיט אַ כריפּ, און איך האָב עטלעכע מאָל געפּרוּווט הוסטן, אָבער אָן דערפֿאָלג.
עס איז איבעריק צו זאָגן, אַז אונטער דער הײַנטיקער סיסטעם איז פֿאַר אַזעלכע צוויי אידעאַליסטן, ווי מיר ביידע, שווער געווען צו עקזיסטירן. און טראָץ דעם וואָס מיר זענען געווען וויליק אַרומצוגיין ליידיק אַפֿילו אַ יאָר, אַבי זיך צו דערשלאָגן צו אַזאַ דזשאַב, בײַ וועלכן מען זאָל ניט דאַרפֿן אַרבעטן, האָט זיך עס אונדז דאָך נישט אײַנגעגעבן.
איין מאָל זיצן מיר אַזוי אין אונדזער רומקע, רופֿט זיך צו מיר אָפּ פּרוזדאַק:
— ווייסטו וואָס מיר איז אײַנגעפֿאַלן, עליע?
— וואָס איז דיר אײַנגעפֿאַלן, פּרוזדאַק?
— מיר איז אײַנגעפֿאַלן, עליע, אַז מיר זאָלן האַנדלען מיט פּאַטענט־מעדיצינס.
— ס׳איז גאָר ניט קרום! — זאָג איך, — אָבער וווּ נעמט מען געלט!
— געלט? זאָגט ער, — מען דאַרף ניט קיין געלט!
— דאָס איז שוין גלאַט געפֿאָנפֿעט, — זאָג איך, — וואָס הייסט, מען דאַרף ניט קיין געלט?
— אַזוי הייסט עס! — זאָגט ער, און ער צעלייגט מיר דעם גאַנצן פּלאַן אויפֿן טעלער — כּהיות, — זאָגט ער, — אַזוי ווי אין די צײַטונגען איז אָפֿט אַדווערטײַזט, אַז מען גיט אַוועק “סעמפּלס מעדיצין" פֿרײַ, בכן, — זאָגט ער, — וועלן מיר אָנקלײַבן אַ סך אַזעלכע מעדיצינען, און דערנאָך וועלן מיר זיי פֿאַרקויפֿן צו קאָסטימערס, און מאַכן געלט ווי בלאָטע.
געפֿעלט מיר דער פּלאַן און מיר גיבן זיך די הענט, אַז דאָס געשעפֿט וועט גיין בשותּפֿות, און וויפֿל גאָט וועט צושיקן, וועלן מיר זיך טיילן העלפֿט אויף העלפֿט.
— לאָמיר זיך טאַקע באַלד אַ נעם טאָן צו דער אַרבעט, — מאַכט מײַן פּרוזדאַק, און מיר זעצן זיך גלײַך אַוועק און צעשרײַבן עטלעכע הונדערט פּאָסטל־קאַרדס פֿאַר פֿרײַע סעמפּלס.
אין עטלעכע טעג אַרום האָט די פּאָסט אָנגעהויבן ליפֿערן די סחורה: שמירעכצער, וואַסערלעך, פּאָמאַדעס, פּילן — קליינע, מיטעלע און גרויסע קאַפּסלען, פּראָשקעס, פֿלעשלעך, סלוייִקלעך, פּלאַסטערס — אַ רעגעלע אַפּטייק.
מײַן פּרוזדאַק איז ניט קיין פֿוילער, ער צעפּאַקט דאָס אַלץ ווי געהעריק, לייענט איבער די צעטלעך און צעשטעלט דאָס אויפֿן טישל מיט אַ סדר: פֿלעשלעך צו פֿלעשלעך, סלוייִקלעך צו סלוייִקלעך — און יעדע קראַנקייט באַזונדער: מאָגן־קראַנקייט — הינטן, מערידן — פֿאָרנט, ווײַבערשע קראַנקייטן — רעכטס, אויערן, האַרץ און לעבער — לינקס אאַז״וו. בקיצור, אַלץ איז געווען צעשטעלט אין דער בעסטער אָרדענונג, כּמעט ווי אין אַן אַפּטייק, נאָר קיין קונים זענען ניט געקומען.
— שלעכט!
— פּאַסקודנע!
— ווייסטו, וואָס מיר איז שוין ווידער אײַנגעפֿאַלן? — מאַכט פּרוזדאַק.
— וואָס? — פֿרעג איך.
— אַזוי ווי קיין קאָסטימערס קומען נישט און אַזוי ווי די וואַרע קען נאָך קאַליע ווערן פֿון דעם הייסן וועטער, זאָלן מיר דאָס אַליין פֿאַרנוצן פֿאַר זיך.
— אָבער וואָס טויג מיר דײַנע מעדיצין, — זאָג איך, — מיר פֿאַלט אַרויס דאָס האַרץ נאָך אַ שטיקל ברויט. איך בין טויט הונגעריק.
איך שטאַרב אויך נאָך אַ ביסן, — מאַכט ער, — אָבער מיט עטלעכע שאַכטלען פּילן קען מען אָפּפּטרן אַ גאַנץ פֿײַנעם מאָלצײַט.
האָבן מיר גענומען שלינגען פּילן. איך אַ פּיל — ער אַ פּיל. אַזוי פּאַמעלעכן האָבן מיר אויסגעשלונגען אַלע זעקס שאַכטלען פּילן — מיינסטנס פֿאַר פֿאַרשטאָפּונג.
— און איצט, — זאָג איך, — לאָמיר עפּעס פֿאַרטרינקען. ער האָט גענומען דאָס ערשטע פֿלעשל, וואָס איז אים געקומען צו דער האַנט און גענומען זופּן, ער אַ זופּ — איך אַ זופּ.
אַז מיר האָבן אַזוי אויסגעזופּט אַלע פֿלעשלעך, האָב איך געמאַכט אַ פֿאָרשלאָג, אַז מיר זאָלן זיך נעמען צו פּראָשקעס.
— העלפֿט אויף העלפֿט, — מאַכט פּרוזדאַק מיט אַ קול פֿון אַ מת און האַלט זיך פֿאַרן בויך.
— האָב נישט מורא, זאָג איך, — איך וועל דיך ניט באַשווינדלען.
און מיר האָבן גענומען טאָן די פּראָשקעס זייער רעכט: מיר אַ פּראָשיק — אים אַ פּראָשיק. אים אַ פּראָשיק — מיר אַ פּראָשיק, ביז מיר האָבן אויסגעליידיקט אַלע פּאַפּירלעך.
אַז מיר זײַנען פֿאַרטיק געוואָרן מיט דער סעודה, האָבן מיר זיך באַשמירט די קעפּ מיט סעמפּל־פּאָמאַדע, און פֿון דער גאַנצער אַפּטייק איז נאָך געבליבן בלויז עטלעכע פּודעלעך זאַלב — שוואַרצע און געלע — און אַ 10־12 שוואַרצע פּלאַסטערס.
— וואָס טוט מען מיט דעם? — פֿרעגט פּרוזדאַק, און לייגט זיך אויפֿן בעט מיטן בויך אַראָפּ.
— וואָס זאָל מען טאָן? — זאָג איך און לייג זיך אויפֿן בעט פֿון יסורים, — עס הייבט מיך אָן נעמען אינעווייניק...
— טו זיך אויס, — זאָג איך, — וועל איך דיך אײַנרײַבן!
פּרוזדאַק האָט זיך אויסגעטאָן, ווי די מאַמע האָט אים געהאַט, און איך האָב אים גענומען באַאַרבעטן מיט דער שוואַרצער זאַלב. דאַן האָט ער אויף מיר געמאַכט די זעלבע אָפּעראַציע מיט דער געלער זאַלב, און נאָך דעם ווי מיר האָבן זיך קעגנזײַטיק אויסגעפּלאַסטערט די בײַכער מיט די סעמפּל־פּלאַסטערס, האָבן מיר זיך אַרײַנגעלייגט אין בעט אַרײַן.
אין אַ פֿערטל שעה אַרום איז דאָס גאַנצע טענעמענט־הויז געווען אויף די פֿיס. מאַנכע טענעמענטס האָבן געמיינט, אַז עס האָט אויסגעבראָכן אַ כאָלערע און האָבן זיך געפּאַקט צו אַנטלויפֿן. אַנדערע האָבן געשריִען, אַז צוויי “בויטשיקעס" האָבן זיך פֿאַרסמט... און דער דזשעניטאָר איז געקומען צו לויפֿן מיט אַן עמער וואַסער. באַלד זײַנען געקומען צו פֿליִען צוויי דאָקטוירים, און דערזעענדיק אונדזערע אויסגעפּלאַסטערטע בײַכער, האָבן זיי אונדז גענומען פּאָמפּען און לאַכן... לאַכן און פּאָמפּען... אָבער איך און מײַן פֿרײַנד פּרוזדאַק זײַנען געווען אין אַ זייער ערנסטער שטימונג.
– – – – – – – –
און איצט, — האָט מײַן באַקאַנטער פֿאַרענדיקט, — אַז מען וועט אײַך זאָגן, אַז אַ מענטש קען אויפֿעסן אַ ביזנעס אין עטלעכע טעג, זאָלט איר עס גלייבן...