- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נײַער נומער "מעלבורנער בלעטער" לכּבֿוד 100 יאָר "קדימה" אין אויסטראַליע איז אַרויס אַ נײַער צוויי־שפּראַכיקער נומער "מעלבורנער בלעטער/Melbourne Chronicle". דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן טייל איז משה אײַזענבוד. דאָס איז דער נומער 72 פֿונעם זשורנאַל — די איינציקע אויסגאַבע אויף ייִדיש אויף דעם אויסטראַליער קאָנטינענט. זי ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער "קדימה" אין מעלבורן. ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין זײַן אויסזען נאָך אַ לאַנגער צײַט נישט זײַן אין דער היים. געקומען איז ער אויף אורלויב צום ברודער. אייגנטלעך צו זיך אַהיים. נאָר דער ברודער האָט שוין געהאַט אַ ווײַב און ער נישט, האָט עס געהייסן צום ברודער. זײַן פּנים איז געווען ליכטיק, קײַלעכדיק; די אויגן, כּמעט שײַנענדיק, ווען זיי וואָלטן נישט געווען אַ ביסל פֿון גרוילעכן קאָליר. אָבער דערפֿאַר די גרויסקייט זייערע, דאָס גלײַכע, אָפֿענע קוקן איז געווען נאָך מער ווי שײַנענדיקייט. און וווּהין האָבן זיי אים געקענט לייגן שלאָפֿן, דער ברודער מיטן ווײַב, ווען עס קומט אָן די נאַכט? זען זעט ער אויס אין זײַן שיינעם זעלנערישן שינעל מיט די נײַע שליפֿעס, ווי גאָר אַ גרויסער מאַן, ווי עס וואָלט דער קייסער אַליין געווען; דערצו נאָך איז ער אויך העלדיש, סײַ אין זײַנע ברייטע אַקסלען און סײַ אין זײַן מילך־קלאָרן, ריינעם פּנים. וווּהין זשע האָבן זיי אים צו לייגן אין זייער ברודיקער שטוב, און בשעת ער, אַזאַ מאַנספּאַרשוין, ווען ער ציט זיך אין איר אויס, וואָלט ער זי געדאַרפֿט אַליין טאַקע צו פֿאַרנעמען? אָט איז אַ שיין, געשמאַק בײַ־געריכט פֿאַר אײַער סוכּות־מאָלצײַט. אויב איר ווילט, קענט איר פֿאַרבײַטן די סטרוטשקעס מיט דינע רעפֿטלעך מערן אָדער פּאַסטערנאַק. שפּריצבוימל הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ גרויסן בעקן מיט שפּריצבוימל. איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שווײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אויפֿהערן אויף אַ צײַט דערציילן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך ווי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שוין ווידער פֿאַרטאָן אין ביידע מלאָכות. אויך דאָס מאָל האָט זיך עס ווי געוויינטלעך אָנגעהויבן פֿון אַ קלייניקייט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געווען, אַז ער וועט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, בין איך אַרויס אין דרויסן, ווען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זיי געגאַנגען אַנטקעגן אויף רחובֿ זאַנגוויל, די גאַס וווּ איך וווין. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זיי געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אויטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הויכער, ווי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריוו, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אייבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרויסע, שווערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גייענדיק אָנגעלענט אויפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק ווײַב. אָט אַזוי זײַנען זיי אָפּגעזעסן אַ לאַנגע, בלויע ווינטערנאַכט, אין דער אַלטער גרויסער שטוב מיט די שטומע שאָטנס פֿון זיידעס און עלטער־זיידעס מיט לאַנגע זילבער־בערד אין די טונקעלע ווינקלען, מיטן פֿאַרשטויבטן אומעט פֿון אייביקייט־שכינה מיט אָפּגעהאַקטע פֿליגל צווישן גלעזערנע שאַפֿעס מיט ספֿרים, מיט דער האַרציקער איבערגעגעבנקייט איינער דעם צווייטן און מיט ווילדער פֿרעמדקייט — און געפֿירט זייער וויכּוח. בײַ דער יוגנט פֿון די פּויליש־ליטווישע שטעטלעך האָט געגאָלטן דער כּלל: וויל מען זיך ווידמען מיסחר — פֿאָרט מען קיין וואַרשע, וויל מען זיך ווידמען תּורה — פֿאָרט מען קיין ווילנע. ...אַ נאַרישקייט געדענקט זיך: מיט אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיל יאָרן צוריק, ווען איך בין צו מזל און צו גליק געוואָרן אַ בר־מיצווה־בחורל, און מײַן טאַטע, יאָסל דער מילנער, האָט מיך אין יענעם שבת מיט גרויס פּאַראַד געפֿירט אין אונדזער פּערליצער שיל, איך זאָל אָפּקנאַקן דעם שיינעם מפֿטיר, האָב איך אים דעמאָלט נעבעך אָפּגעטאָן אויף... וואָלעכיש. גיי צום טײַוול!
איז ער געגאַנגען.
ס׳איז גאָרניט געווען אַזוי ווײַט צו גיין. סך־הכּל אין זעלביקן הויז, אַ שטאָק נידעריקער. און ס׳איז אויך ניט געווען דער קלאַסישער טײַוול — דער ניט־גוטער, דער שד מיט הערנער, מיט אַן עק, ווי מאָלער האָבן אים געמאָלן אויף קלויסטערווענט און לײַוונטן. ס׳איז בכלל ניט געווען קיין ער, נאָר אַ זי; אַ זי מיט לאַנגע, בלאָנדע האָר, בלויע אויגן און אַ זינגעוודיק קול, וואָס נאָר מלאכים פֿאַרמאָגן עס.
גיי ווייס, אַז אָט די שלאַנקע פֿרוי איז ווײַט ניט קיין מלאך, נאָר אַ טײַוול, אַ סאַמעראָדנער טײַוול, וואָס פֿאַרפֿירט און פֿאַרדאָרבט מענטשלעכע נשמות! בלויז די הענט אירע האָבן געזאָגט עדות ווער זי איז און וואָס זי איז מסוגל צו טאָן: די פֿינגער זענען געווען דין, לאַנג און בייניק, מיט שאַרף פֿאַרשפּיצטע נעגל, ווי בײַ אַ חיה. ווער קוקט אָבער אויף די נעגל, אַז מע ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון לויטער־בלויע אויגן און פֿון אַ פֿאַרשקלאַפֿנדיקן שמייכל?
|