ליטעראַטור

...אַ נאַרישקייט געדענקט זיך: מיט אַזוי פֿיל און אַזוי פֿיל יאָרן צוריק, ווען איך בין צו מזל און צו גליק געוואָרן אַ בר־מיצווה־בחורל, און מײַן טאַטע, יאָסל דער מילנער, האָט מיך אין יענעם שבת מיט גרויס פּאַראַד געפֿירט אין אונדזער פּערליצער שיל, איך זאָל אָפּקנאַקן דעם שיינעם מפֿטיר, האָב איך אים דעמאָלט נעבעך אָפּגעטאָן אויף... וואָלעכיש.
דהײַנו: פּנים צו פּנים מיט אַזוי פֿיל דאַוונערס, האָט מיך מיט אַ מאָל אָנגעכאַפּט אַזאַ דראָזש, אַזש עס האָבן מיך גענומען קלימפּערן די ציין אין מויל. און... אויגנבליקלעך האָב איך געשטעלט פֿיס און אַוועק אין דער בײַליגנדיקער סטינע1). און אַ גאַנצן קײַלעכדיקן טאָג געדאַוונט מיט די... פּאַסטעכער.
נו, איר זאָלט שוין צו מיר קיין שותּף נישט זײַן וואָס פֿאַר אַ פֿײַנעם גאָב איך האָב דעמאָלט באַקומען. אָבער איך קען מיר ביז הײַנט צו טאָג נישט מוחל זײַן דער מאַמעס טרערן און דעם טאַטנס קרעכצן. וואָס, וואָס, נאָר דעמאָלט האָב איך צום ערשטן מאָל געשפּירט דעם זיס־ביטערן טעם פֿון אימתא דציבורא...
עפּעס ענלעכס האָב איך נישט לאַנג איבערגעלעבט אין אַ סוף מײַיִקן אָוונט, בײַ מײַן ערשטן אויפֿטריט פֿאַר די יאָהאַנעסבורגער ייִדן. עס איז טאַקע פֿאָלג מיך אַ גאַנג פֿון דער פּערליצער שיל ביז צום דרום־אַפֿריקאַנער כּרך, אָבער פֿון דעסטוועגן האָט מיך אַלץ געוואָרפֿן ווי אין נײַן־יעריק קדחת.
איין קלייניקייט: ווי אַזוי וועל איך מיך אין מײַן בעסאַראַבער ייִדיש ספּראַווען מיט אָט דעם געפֿעפֿערטן ייִדיש־ליטווישן שבֿט?...