- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
נײַער נומער "מעלבורנער בלעטער" לכּבֿוד 100 יאָר "קדימה" אין אויסטראַליע איז אַרויס אַ נײַער צוויי־שפּראַכיקער נומער "מעלבורנער בלעטער/Melbourne Chronicle". דער רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן טייל איז משה אײַזענבוד. דאָס איז דער נומער 72 פֿונעם זשורנאַל — די איינציקע אויסגאַבע אויף ייִדיש אויף דעם אויסטראַליער קאָנטינענט. זי ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער "קדימה" אין מעלבורן. Kadimah 7 Selwyn Street,
פּאַריז: "יונעסקאָ"־סימפּאָזיום אין נאָוועמבער אַ פּאַריזער סימפּאָזיום אויף דער טעמע "די דויערדיקייט פֿון ייִדיש" האָט אָרגאַניזירט דער "בני־ברית"־דעלעגאַט צו "יונעסקאָ" מיט דער באַטייליקונג פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־צענטער/מעדעם־ביבליאָטעק". דער סימפּאָזיום האָט באַדאַרפֿט פֿאָרקומען פֿאַר אַ יאָרן, אָבער מע האָט אים אָפּגעלייגט. ער וועט פֿאָרקומען דעם 12טן און 13טן נאָוועמבער 2012 און ווערט פֿאַררעכנט ווי אַן אָפֿיציעלע אונטערנעמונג פֿון דער "יו־ען"־אָרגאַניזאַציע — "יונעסקאָ".
פּאָעזיע פֿון ברתנא און גלאַי אויפֿן טשערנאָוויצער פֿעסטיוואַל 2012 צום דריטן מאָל איז פֿאָרגעקומען דער אינטערנאַציאָנאַלער פּאָעזיע־פֿעסטיוואַל אין טשערנאָוויץ Meridian Czernowitz 2012 און בײַ דער געלעגנהייט זענען פֿון ישׂראל פֿאַרבעטן געוואָרן פּראָפֿ’ אורציון ברתנא, פּאָעט און באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור, און דניאל גלאַי, פּאָעט און פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאַראיין פֿון ייִדישע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין ישׂראל. ביידע זענען אַרויסגעטראָטן אויף די זעלבע סעסיעס: ברתנא, פֿאָרשטעלנדיק זײַנע אייגענע שאַפֿונגען און אַן ערשט דערשינענע אַנטאָלאָגיע אויף אוקראַיִניש מיט לידער פֿון העברעיִשע פּאָעטן, און דניאל גלאַי, וואָס האָט געלייענט פֿון זײַנע לידער אויף ייִדיש. ברתנא און גלאַי זענען אויך אַרויסגעטראָטן אויף דער פֿײַערלעכער דערעפֿענונג־סעסיע וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דעם נאַציאָנאַלן טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט א״נ פֿון יורי פֿעלדקאָוויטש, געפֿירט פֿון אירינאַ וויקירטשוק. מ’האָט פֿאָרגעלייענט זייערע לידער אויף העברעיִש און ייִדיש, און מאַרק ביעלאָרוסעץ און פּעטראָ ריכלאָ — אין אוקראַיִנישער איבערזעצונג. די־אָ לידער, צוזאַמען מיט אַנדערע פֿון די באַטייליקטע אינעם פֿעסטיוואַל, זענען אַרײַן אין אַ ספּעציעלן אַלמאַנאַך צוגעגרייט פֿאַר דער געלעגנהייט. די געסט פֿון ישׂראל האָבן אויך אָנטייל גענומען אין אַ פּאָעזיע־באַגעגעניש, פֿאָרגעקומען אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק. |