ליטעראַטור

ס׳איז שווער צו פֿאַרשטיין זײַן אויסזען נאָך אַ לאַנגער צײַט נישט זײַן אין דער היים. געקומען איז ער אויף אורלויב צום ברודער. אייגנטלעך צו זיך אַהיים. נאָר דער ברודער האָט שוין געהאַט אַ ווײַב און ער נישט, האָט עס געהייסן צום ברודער. זײַן פּנים איז געווען ליכטיק, קײַלעכדיק; די אויגן, כּמעט שײַנענדיק, ווען זיי וואָלטן נישט געווען אַ ביסל פֿון גרוילעכן קאָליר. אָבער דערפֿאַר די גרויסקייט זייערע, דאָס גלײַכע, אָפֿענע קוקן איז געווען נאָך מער ווי שײַנענדיקייט. און וווּהין האָבן זיי אים געקענט לייגן שלאָפֿן, דער ברודער מיטן ווײַב, ווען עס קומט אָן די נאַכט? זען זעט ער אויס אין זײַן שיינעם זעלנערישן שינעל מיט די נײַע שליפֿעס, ווי גאָר אַ גרויסער מאַן, ווי עס וואָלט דער קייסער אַליין געווען; דערצו נאָך איז ער אויך העלדיש, סײַ אין זײַנע ברייטע אַקסלען און סײַ אין זײַן מילך־קלאָרן, ריינעם פּנים. וווּהין זשע האָבן זיי אים צו לייגן אין זייער ברודיקער שטוב, און בשעת ער, אַזאַ מאַנספּאַרשוין, ווען ער ציט זיך אין איר אויס, וואָלט ער זי געדאַרפֿט אַליין טאַקע צו פֿאַרנעמען?