אָט איז אַ שיין, געשמאַק בײַ־געריכט פֿאַר אײַער סוכּות־מאָלצײַט. אויב איר ווילט, קענט איר פֿאַרבײַטן די סטרוטשקעס מיט דינע רעפֿטלעך מערן אָדער פּאַסטערנאַק.
שפּריצבוימל
2 פֿונט (910 גראַם) סטרוטשקעס
4 לעפֿל עפּל־עסיק
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
2 לעפֿעלעך האָניק
1/2 לעפֿעלע גראָבער זאַלץ
1/2 טעפּל מאַנדל־רעפֿטלעך
הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס). באַשפּריצט אַ גרויסן בעקן מיט שפּריצבוימל.
ברעכט אָדער שנײַדט אָפּ די עקן פֿון די סטרוטשקעס. מישט צונויף אין אַ שיסל דעם עסיק, איילבערט־בוימל, האָניק און זאַלץ, און דערנאָך מישט עס צונויף מיט די סטרוטשקעס. צעשפּרייט די סטרוטשקעס אינעם בעקן.
בראָט די סטרוטשקעס אין אויוון 8־10 מינוט, ביז זיי ווערן אַ ביסל ווייכער. שיט זיי אַרײַן אין אַ טאַץ, און באַשיט זיי מיט די מאַנדל־רעפֿטלעך.