ליטעראַטור

איך האָב זיך פֿאָרגענומען צו שווײַגן אַ ביסל, זיך אײַנהאַלטן און אויפֿהערן אויף אַ צײַט דערציילן אָדער שרײַבן מעשׂיות, און האָב זיך ווי אַלע מאָל געכאַפּט, אַז איך בין שוין ווידער פֿאַרטאָן אין ביידע מלאָכות. אויך דאָס מאָל האָט זיך עס ווי געוויינטלעך אָנגעהויבן פֿון אַ קלייניקייט: מײַן פֿעטערס האַנט. מײַן פֿעטער האָט מודיע געווען, אַז ער וועט קומען צו פֿאָרן צו אונדז צוזאַמען מיט זײַן ווײַב, בין איך אַרויס אין דרויסן, ווען די שעה האָט זיך דערנענטערט, און זיי געגאַנגען אַנטקעגן אויף רחובֿ זאַנגוויל, די גאַס וווּ איך וווין. לעבן דער פֿאַרמאַכטער שוסטער־בודקע פֿון אורי דעם רומענער, האָב איך זיי געזען אַראָפּשטײַגן פֿון אויטאָבוס; מײַן פֿעטער, אַ הויכער, ווי ער האָט זיך אָפּגעשילדערט אין זײַן בריוו, מחמת איך האָב אים נישט געקענט, אָנגעטאָן אין אַ רוסישער קורטקע, פֿאַרקנעפּלט ביזן אייבערשטן קנעפּל אונטער זײַן גאָמבע, און זײַן גרויסע, שווערע האַנט, לעבן זײַנע היפֿטן, האָט ער גייענדיק אָנגעלענט אויפֿן קאָפּ פֿון זײַן נידעריק ווײַב.
איך האָב געקוקט ווי זיי קומען מיר אַנטקעגן און זיך אײַנגעהאַלטן נישט טראַכטן וועגן דער האַנט. וואָס איז דען דאָ צו שרײַבן וועגן אַ האַנט? און פֿאַרנומען אַזוי מיט דער פֿראַגע, און שוין זיצנדיק מיט די געסט לעבן אונדזער טיש געגרייט מיט כּיבוד, האָט זיך מײַן פֿעטערס האַנט פֿאַרבונדן אין מײַן זכּרון מיט דער האַנט פֿון יעקבֿ דעם בעל־עגלה, מײַן געוועזענער שכן אין קרית־טבֿעון.
יעקבֿ דער בעל־עגלה פֿלעגט זיך באַרימען פֿאַר מיר, אַז ער האָט נישט איין מאָל אין פּוילן אומגעוואָרפֿן מיט זײַנע בלויזע הענט אַ ביק פֿאַרן שעכטן. און מחמת ער האָט חושד געווען אַז איך בין מסופּק אין דער זאַך און צווייפֿל זיך אונטער, האָט ער געבעטן איך זאָל אים כאָטש איין מאָל דערלאַנגען מײַן האַנט, אויף אַ רגע בלויז, בלויז צום דריקן, און דעמאָלט וועט זיך אָפּטאָן פֿון מיר דער מינדסטער ספֿק.
“שיס אַרײַן אַ פֿינפֿטל", איז געווען זײַן לשון.
צען יאָר, גוטע שכנים, און די דאָזיקע טעמע איז נישט אָפּגעשוואַכט געוואָרן. ס׳האָט געטראָפֿן, אַז איך בין שוין גרייט געווען אַרײַנשיסן אַ פֿינפֿטל, נאָר דערזעענדיק זײַן האַנט האָב איך זיך געזאָגט: לא מיט אַן אַלף.
צען יאָר האָב איך נישט נאָכגעגעבן. איך האָב נאָכגעגעבן ווען יעקבֿ דער בעל־עגלה האָט שוין געגוססט. מע האָט געקלונגען צו מיר קיין ירושלים איך זאָל קומען צו פֿאָרן קיין קרית־טבֿעון, מחמת יעקבֿ האָט געהאַלטן בײַם שטאַרבן. ווען איך האָב שטייענדיק לעבן זײַן בעט געוואָרפֿן אויף אים אַ בליק, איז שוין טאַקע נישט געווען אויף וואָס צו קוקן. דער מענטש איז געוואָרן אײַנגעשרומפּן און פֿאַרוויקלט ווי אַ קליין פּעקל. ווען ער האָט געעפֿנט די אויגן, האָב איך אים אויסגעשטרעקט מײַן האַנט, זאָל ער דריקן. אַ מענטש וואָס גוססט, וואָס איז דאָ מורא צו האָבן? אָבער ווען ער האָט געטאָן אַ קוועטש, האָט דער מינדסטער ספֿק פֿון אַלע צײַטן זיך אָפּגעטאָן פֿון מיר.
אויך וועגן דעם האָב איך זיך אָפּגעהאַלטן פֿון דערציילן. אָבער איצט, ווען ביידע הענט האָבן זיך פֿאַרבונדן, מײַן פֿעטערס האַנט אויפֿן קאָפּ פֿון זײַן ווײַב און די האַנט פֿון גוסס, איז דער דריק צום שרײַבן געוואָרן שטאַרקער. איך האָב צוגעשאָקלט מיטן קאָפּ צו די רייד פֿון מײַן פֿעטער, וואָס צווישן איין זופּ קאַווע און צווייטן האָט ער אַרויסגעטענהט די צרות פֿון דער מדינה און אויך זײַנע אייגענע דאגות, און ס׳איז מיר געלונגען אָפּשטופּן דעם געדראַנג פֿון באַשרײַבן די הענט. זייער אָרט האָט פֿאַרנומען דער בעל־עגלה וואָס איז געוואָרן אַ קליין פּעקל.
עפּעס ענלעכס איז געשען אַ מאָל מיט אַ ביק אין קיבוץ גבֿת. איך בין געווען דאָרט אַ פּאַסטעך פֿון שעפּסן, האָב איך איין מאָל אין אַ פֿרימאָרגן, אויפֿן וועג צו די שטאַלן, געזען דעם ביק אין זײַן שטעלעכל און ס׳האָט געשפּאַרט פֿון אים מיט כּוח און מיט פֿאַרנעם. אָבער דעם זעלבן טאָג, פֿאַר נאַכט ווען איך בין צוריק געקומען פֿון פֿעלד, איז געבליבן פֿון אים אויפֿן פּלאַץ וווּ מען האָט אים געשאָכטן, בלויז זײַן פֿעל — אַ קליין אײַנגעוויקלט פּעקל.
איצט האָב איך שוין אין זינען געהאַט צוויי פּעקלעך, דער בעל־עגלה און דער ביק, שוין נישט רעדנדיק פֿון די הענט, אָבער איך האָב זיך ווײַטער געהאַלטן בײַ מײַנס: שווײַגן אַ שטיקל צײַט.
און מיט דער דאָזיקער דעה האָב איך צוריק באַגלייט מײַן פֿעטער און זײַן ווײַב צום אויטאָבוס. איצט זענען מיר שוין געגאַנגען אַרויף צו מיט דער זעלבער גאַס און מיר האָבן זיך פֿאַרהאַלטן אָפּכאַפּן דעם אָטעם לעבן דעם שוסטערס בודקע וואָס איצט, נאָך דער אָפּרו־שעה, זענען שוין די לאָדנס געווען אָפֿן און אורי איז געשטאַנען דאָרט מיט אַ פֿעלכל לעדער צעשפּרייט אין זײַנע הענט. ער האָט זיך באַגריסט און געזאָגט, אַז ער באַטראַכט אַזוי די סחורה און ער פֿרעגט זיך אַליין, צי וועט פֿון דעם פֿעלכל אַרויסקומען אַ פּאָר גוטע שיך.
זײַנע רייד זענען מיר געבליבן שטעקן אין קאָפּ און ווען דער אויטאָבוס איז אָנגעקומען און די געסט זענען אָפּגעפֿאָרן, האָב איך זיך שוין מער נישט אײַנגעהאַלטן, און גייענדיק צוריק אַהיים, האָב איך אויסגעלייגט אין געדאַנק מײַן פֿעטערס האַנט אויפֿן קאָפּ פֿון זײַן ווײַב, די האַנט פֿון דעם גוסס, ביידע קליינע פּעקלעך, דער בעל־עגלה און דער ביק, און איך האָב זיך געפֿרעגט מיטן טאָן פֿון אורי דעם שוסטער: וועט פֿון דעם אַלעמען אַרויסקומען אַ מעשׂה?