ליטעראַטור

אָט אַזוי זײַנען זיי אָפּגעזעסן אַ לאַנגע, בלויע ווינטערנאַכט, אין דער אַלטער גרויסער שטוב מיט די שטומע שאָטנס פֿון זיידעס און עלטער־זיידעס מיט לאַנגע זילבער־בערד אין די טונקעלע ווינקלען, מיטן פֿאַרשטויבטן אומעט פֿון אייביקייט־שכינה מיט אָפּגעהאַקטע פֿליגל צווישן גלעזערנע שאַפֿעס מיט ספֿרים, מיט דער האַרציקער איבערגעגעבנקייט איינער דעם צווייטן און מיט ווילדער פֿרעמדקייט — און געפֿירט זייער וויכּוח.
ניט ביידע האָבן גלײַך עס געוואָלט.
ניט ביידע זײַנען פֿון איין עלטער געווען.
ניט די וועגן זייערע האָבן זיך גלײַך געצויגן, האַנט בײַ האַנט. נאָר דער ציל האָט פֿון ערגעץ וווּ, פֿון די ווײַטסטע ווײַטענישן, פֿון די אומבאַקאַנטע צוקונפֿטן, ווי אַ קליין פֿינקלדיק שטערנדל, אַרויסגעשימערט און, ציטערנדיק, ביידן גלײַך געוווּנקען און גערופֿן:
— צו מיר, צו מיר קומט, אין מײַן ליכטנשײַן וועל איך אײַך פֿאַרוויקלען, זונען וועל איך פֿאַר אײַך צעשמעלצן און טוט מיט זיי, וואָס איר ווילט...